מנחם מאלײזעירא / די דייטשו קומען או (בני־ברק) שוין עטלעכע װאכן פארן מלחמה־אויסברוך האט מען אנגעהויבן צו פילן די מלחמה־אטמאספער אין כמיעלניק. מיליטערישע אפטײלונגען זענען אלץ מער פארבײגעפארן דער שטאט אויפן װעג קײן מערב, אין דער ריכטונג פון שלעזיע. זעלנער האבן אנגעהויבן צו םטאציאנירן אין די עפנטלעכע געבײדעם. קײנמאל האט מען אזויפיל מיליטער נישט געזען אין כמיעלניק װי אין יענע טעג. אין אײנעם פון די ערשטע מלחמה־טעג איז אן עראפלאן גאר נידעריק געפלויגן איבער דער שטאט און אויסגעשאסן עטלעכע סאלװעם פון אויטאמאטיש געװער. די מאכט האט אויפגעקלערט, אז דאם זענען בלויז מאנעװרעם. אין זעלביקן טאג האט מען זיך אבער דערװוסט אז די פאליצײ עװאקואירט די שטאט, פארט אפ אויף מזרח און לאזט איבער א שטאט־שע מיליץ׳ אין װעלכער ם׳האבן זיך געפונען עטלעכע ײדן. ס׳איז אויסגעבראכן א בהלד״ מ׳האט אנגעהויבן צו לויפן אויף מזרח. איך האב געזוכט צו דינגען א פור קײן םטאשאװ און נישט באקומען. נאך א ישוב־הדעת האב איך באשלאסן צו בלײבן מיט דער משפחה. מײן מוטער און שװעםטער האבן אבער פארלאנגט, אז אלע מענער אין שטוב זאלן אװעק.
כ׳װעל קײנמאל נישט פארגעםן דעם געלויף אין מיטן דער נאכט, דער װעג איז געװען שװארץ פון מענטשן. א טײל האבן נאך געפרװוט מיטשלעפן מיט זיך געפעק, אפילו געטריבן אביםל גענדז, ציגן און קעלבלעך. נאכן אפגײן .א פאר קילאמעטער האט מען אבער אין דער בהלה אלץ איבער־ געלאזט אויפן װעג. אלע זענען געלאפן אין דער ריכטונג פון םטאשעװ. איך מיט מײן משפחה אין שפיץ מיט אונדזער ברודער בצלאל האבן זיך געלאזט לינקס קײן ראקעװ. נאך א מיפולן שלעפן זיך אין װעג זענען מיר אנגעקומען אין װעלדל און זיך געזעצט רוען. מיר װילן אויפשטײן און פארזעצן דעם װעג — בצלאל קען זיך אבער נישט רירן, װי ער װאלט געלײמט געװארן. װאס טוט מעןי פון דער וױיטנס זע איך משה ראקעװער מיט זײן װעגעלע. ער װיל עס נישט פארדונגען׳ הערנדיק אבער װער ס׳איז דער קראנקער, האט ער מסבים געװען אים אפצופירן קײן ראקעװ. מיר גופא זענען געגאנגען צופוס, צוליב די שװערע זאמדן• אין ראקעװ זענען מיר פײן אויפגענומען געװארן דורך אן אלטן בעקער. בצלאל איז דארט געלעגן עטלעכע טעג און ם׳איז אים בעםער געװארן. דערװײל איז צו אונדז דערגאנגען די ידיעד״ אז די דײטשן זענען ארײן קײן כמיעלניק. מיר באשליםן בלית ברירה אהײמצופארן מיט דער באן. די פאליאקן לאזן אונדז אבער
נישט ארויף. בצלאל טענהט מיט זײ אײן: ״איר הײצט די באן מיט מײנע קוילן און מיך לאזט איר נישט פארן ז״ בצלאל האט געכאפט קלעפ אבער לםוף האבן מיר זיך ארײגגעקריגן אין באן׳ אינעװײניק. א גאנצן װעג האבן די פאליאקן אונדז געזידלט און געטענהט׳ אז מ׳דארף אלע ײדן דערהרגענען. עטלעכע קילאמעטער פאר כמיעלניק בין איך אראפגעשפרונגען פון דער באן אין מיטן לויף — כ׳האב געהאט דאס געפיל, .אז די כוליגאנעס פלאנעװען עפעס קעגן אונדז. הינטער זיך האב איך געהערט א חיה׳ש געלעכטער. פון דער װײטנם האב איך דערזען װי דײטש מיליטער ציט פון בוסק קײן סטאשעװ. כ׳האב געװארט א שעה צוױי און לםוף זיך ארײנבאקומען אין שטאט ארײן דורך דער ״מריצע״. מ׳כאטט אויף ארבעט יעדן אין דער פרי האבן די דײטשן געכאפט אויף ארבעט. זײ אלײן פלעגן טאקע ײדן נישט דערקענען. פאליאקן האבן זײ אבער געהאלפן און אנגעװיזן װער ס׳איז א ײד. אין אײנעם א פרימארגן בין איך אװעק צו דער משפהה קלײנהענדלער דערװיסן זיך װעגן מײן ברודער, וואם האט חוהלע און פײגעלע זשעלאזקא׳ די קינדער פון אסתר־פרײדע הארװיץ־זשעלאזקא, הײה