735 סנקם כמיעלניק 736 זיך געםונען אין דײטשער געפאנגענשאפט. פלוצעם זענען אנגעקומען צװײ דײטשן מיט שאיע און ביעדרע׳ וועמען זײ האבן באשטימט אלס העלפער בײם ארויםנעמען ײדן צו דער ארבעט. זײ האבן אונדז אויםגעשטעלט אין א רײ ביז מיר זענען אגגעקומען צו די היחער פון די בלאגקעם. פון דארט האבן די דײטשן אין באגלײטונג פון שאיע און ביעדרע ארוים־ גענומען צװײ זין פון די פאסטאקס, בחורים אין חםי־ דישער קלײדונג און לאנגע פיאות, און זײ געהײםן מארשירן אין שפיץ פון די געכאפטע. בײ דער ארבעט האבן די דײטשן איבער זײ זיך איזדעקעװעט, געחוזקט און געמאכט פאטא־ גראפיעם. אזעלכע בילדער האבן זיך אגגעהויבן איבערחזרן יעדן טאג, האבן מיר אגגעהויבן זוכן אן אויסװעג. איך פלעג פארן צװײ מאל א װאך קײן םאסנאװיעץ און בענדין — און דארט האב איך געזען, אז די לאגע איז נאך ערגער װי אין כמיעלניק. ס׳איז מיר געװארן קלאר, אז מ׳דארף אװעק קיץ רוסלאנד.
מיר זענען געװען דרײ חברים : איך, מ. פרידענסאן און שמואל בעקער. אויך מיץ ברודער בצלאל האט דערלויבט זײן זון מאירן צו לאזן זיך מיט אונדז אין װעג. בײ דער באן זענען געװען בײ 20 ױגנטלעכע און א גרויםער עולם משפחה׳ װאס זענען געקומען געזעגענען די אװעקפארגדיקע. אויך מײן אלטע מוטער איז געקומען אונדז געזעגענען. דאם געפיל איז געװען, אז אין א קורצער צײט ארום װעלן מיר צוריקקומען מיט די רוםן — אזוי האבן אלע געגלויבט. װער פון אונדז האט זיך דעמאלט פארגעשטעלט, אז מיר װעלן מער נישט זעען כמיעלניק מיט אונדזערע נאענטע און טײערע ז אין צוג זענען נאך מיט אונדז חוץ די אויבנדערמאנטע געװען פאלע קוקיעלקא, צירל זריצקי און רפאל בוג, דעד זון פון זלמן בוג. נאך דרײ טעג שלעפן זיך אויף די װעגן זענען מיר דעם 3־טן דעצעמבער 1939, אריבער דעט םאן בײ פשעמישל, נאך דעם װי ס.ס.־לײט האבן בײ אונדז אלץ צוגענומען.