Original scan
Original memorial-book scan 369
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-908

זעליק פרידמאן / אױ ״רואיקע״ טעג... (טאראנטא) געװען איז עס א זומער, װען אלע זענען נאך געװען אין דער הײם. די דײטשן האבן דערקלערט א מאביליזאציע אויף פערד. אלע פויערים פון די ארומיקע דערפער האבן געמוזט צושטעלן זײערע פערד אויף דער ״טארגאװיצע״ קײן במיעלגיק. ײדן האבן שוין צו יענער צײט נישט געטארט האלטן קײן פערד. פון דער פרעמד זענען געקומען דײטשע םאלדאטן און מארשירט איבער דער שטאט. ײדן האבן זײ אויסגעמיטן. אין יענער צײט האט מײן פאטער׳ געצל, אביםל אונטערגעהאנדלט, מיט װאס עס האט זיך געלאזט. מענטשן האבן געהאט צו אים צוטרוי און אים אװעקגעגעבן סחורות צום פארקויפן. געדענק איך, געראדע אין דער זעלבער צײט װי די דײטשן זענען געקומען קײן כמיעלניק נאך די פערד, האט אײנעד אװעקגעגעבן מײן פאטער עטלעכע גאלד־שטיקלעך צום פארקויפן. אזא זאך איז געװען זײער טריפה. מ׳האט אײנגע־ שטעלט מיטן לעבן. האט מײן פאטער גענומען די עטלעכע גאלד־שטיקלעך, זײ באהאלטן אינעם קלײנעם טעשל פון זײן װעםטל און זיך ארויםגעלאזט אין גאם ארײן זוכן קונים.

passage_96376c93955cadaa822c2acc
Passage 2normalized OCR · source chars 910-2092

מיר האבן אלע יארן געװוינט אויפן שידלעװער װעג. אין שטאט ארײן איז מען שטענדיק געגאנגען מיט דער שידלעװער גאס. אין געטא האבן די דײטשן אבער געהאט אײנגעפירט, אז קײן ײד האט זיך מער נישט געטארט באװײזן אויף דער שידלעװער גאס. דער אײנציקער װעג װי אזוי מיר זעגען געקומען אין שטאט ארײן איז געװען דורך דער ״מעריצע״. איז טאקע, מײן פאטער, געגאנגען מיט דער ״מעריצע״ און זיך ארומגעקוקט אין אלע זײטן. פאר די דײטשן איז זיך אבער געװען שװער צו פארהיטן. אמת — געקומען זענען זײ נאך פויערשע פערד, פארװאם אבער נישט טרײבן אין דער זעלבער צײט אביםל שפאס מיט ײדן ? האבן זײ זיך .א לאז געטון זובן ײדן און אנגעטראפן אויף מײן פאטער. געכאפט האבן זײ אים טאקע אויף דער ״מעריצע״ נישט װײט פון די קװאשגיעװםקים. מיר האבן פונקט ארויםגעקוקט דורכן פענצטער און דערזען, װי צװײ דײטשן רײטן אויף פערה שמײסן און יאגן אונדזער פאטער : ״שנעלער, שנעלער, דו פערפלוכטע ױדע :״ מיר זענען אלע ארויס אין גאם מיט א געװײן און געשרײען, אויך אוגדזער מוטער און מײן באבע פעסל. אלע זענען מיר געלאפן אין דער ײדישער גמינע ארײן. נםים זענען אונדז געשען, װאם מיר האבן אויפן װעג נישט געטראפן קײן דײטשע זשאגדארן אדער פוילישע פאליצײ. זײ װאלטן אונדז אלע דערשאסן. צו יענער צײט איז שמואל זאלצמאן געװען פרעזעם פון פוך רעכטס : דער געטא פאליציאנט שמואל גלײש ;

passage_8320b2a2a19a662f1516d03e
Passage 3normalized OCR · source chars 2094-2926

דאס ױ:גל — אלתר מענטליק, דבורה׳ס זון■ ױדנראט. ער האט גוט געקאנט מײן פאטער, װײל זײ זענען אמאל געגאנגען אין אײן חדר ארײן. מײן באבע פעםל און די מוטער האבן געװײנט, זיך געריםן די האר און געבעטן : ״העלפט, העלפט, װײל עס װעט זײן שפעט. דערבארעמט אײך אויף מײנע פינף קינדער ן״ מ׳האט געשיקט ײדישע פאליצײ, זײ זאלן זעען עפעם טאן פאר מײן פאטער. דערװײל האבן די דײטשן צוגעשטעלט דעם פאטער מײנעם צו דער װאנט פון צמענטאזש און אים צעשמיםן דאס גאנצע פנים מיט זײערע קאנטשיקעס. זײ האבן ארויסגענומען די פיםטאלן׳ זיך ארויפגעזעצט אויף די פערד און געהײםן מײן פאטער זאל זאגן װידוי, אײדער זײ גײען אים דערשיסן. ער האט אויך געמוזט ארויםנעמען זײן טלית־קטן, און זײ האבן אים באפוילן צו זינגען דעם ײדישן הימן. מײן פאטער האט זיך בײ זײ געבעטן, זײ זאלן אים אפלאזן, אז ער האט א פרוי און פינף קינדער. זײ האבן אבער דערפון זיך אויסגעלאכט און אים גענומען נאך שטארקער שלאגן.

passage_d75dbe60a90e6e714107a105