Original scan
Original memorial-book scan 370
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-678

739 פ נ ק ם כמיעלניק 740 זײ האבן זיד ארויפגעזעצט אויף די פערד און אים געהײםן לויםן פארוים איבער די גרויםע זאמדן, און ער האט געמוזט לויםן גלײד מיט די פערד, זין־ שלעפן מיט די לעצטע כוחות. דערנאד האבן זײ אים ארויפגעפירט אויף דער טארגאװיםקא, אים ארײנגעלאזט אין א באראק ארײן און געהײםן ער זאל זיד אויסטאן. אײנער פון זײ האט געברענגט פון ערגעץ־װו אן עמער מיט שמוציק װאםער און אים ארײנגעגאםן אין די הייזן, נאך דעם אים װידער גענומען שלאגן אויפן נאקעטן לײב. דערנאך האבן זײ אים געהײםן זיך צוריק אנטאן, זײ װילן אים ארויפזעצן אויף א פערד און מאכן מיט אים פארשידענע קונצן. מײן פאטער האט נישט אויפגעהערט שרײען ,׳שמע ישראלױ און קלערן א װעג װי אזוי זיד ארויםצורײםן א לעבעדיקער פון זײערע הענט.

passage_67252d18fbc873fe368e6a7e
Passage 2normalized OCR · source chars 680-1628

די טארגאװיםקא איז פריער געװען .ארומגענומען מיט א פלויט. הױת אבער װי אין מלחמה־צײט איז געװען א מאנגל אין האלץ, האבן פויערים אװעקגעריסן ברעטער פונעם פלויט דערמיט צו הײצן. האט מײן פאטער זיך געטראכט, אז װען ער קאן זיך צוכאפן צו אזא עפנונג, װאלט ער זיך אפשר געקענט ראטעװען. אזוי װי די דײטשן האבן א געשרײ געטאן : שנעל לויפן ו האט ער זיך א לאז געגעבן צום פלויט און איז, ביז זײ האבן זיך אריענטירט, שוין געװען אויף דער אנדערער זײט. זײ האבן גענומען נאכשיסן. צום גליק אבער איז דאם קארן געװען גאר הויך, אזוי אז מײן פאטער האט זיך געקענט לײכט באהאלטן. זײ האבן אים נאך א לאנגע צײט געזובט, אבער מער אים נישט געקענט געפונען. װען די ײדישע פאליצײ איז ארויםגעקומען אויף דער טארגאװיםקא, האבן די דײטשן צו זײ געזאגט: ״ער האט געהאט גליק, דער פארפלוכטער ױדע, וױיל קײן לעבעדיקער װאלט ער שוין פון אונדזערע הענט נישט ארוים״... בײ אונדז אין הויז זענען מיר דערװײל געזעםן און געקלאגט אויפן אומגליק. אז מיר װעלן נאך זעען אונדזער פאטער א לעבעדיקן׳ איז קײנעם נישט אײנגעפאלן. מיט א

passage_a466ea515e75f855a69cfa99
Passage 3normalized OCR · source chars 1630-2500

מאל עפנט זיך די טיר און א מענטש גיט א פאל ארײן — אונדזער פאטער ליגט אויםגעצויגן אויף דער פאדלאגע. זײן ברודער קלמן איטשע, װעלכער האט געװוינט אין זעלבן הויז, האט זיך נישט פארלױרן. ער האט געגעבן א ברענג ארײן א פלעשל בראנפן, אויפגעריםן אים דאם מויל און אים דערמונטערט. עם איז אים נישט געװען צו דערקענען. דער גאנצער קערפער זײנער איז געװען צעקלאפט און פארבלו־ טיקט. אזוי איז ער אפגעלעגן א פאר שעד״ נישט געקענט ארויםרעדן קײן װארט, נאר געקרעכצט. װען ער איז אביסל געקומען צו זיך, האט ער געזאגט, אז ער האט נאך געהאט גליק, װייל גראד האט ער געהאט בײ זיך אין װעסטל־טעשל די פאר גאלד־שטיקלעך, װאם מען האט אים געגעבן צו פארקױפן. נאך נםים, װאס זײ האבן עס נישט בײ אים געפונען. איצט מוז ער גלײך גײן און עם צוריקגעבן. עם האט נישט געהאלפן קײן געוױין און געבעט פון מײן מוטער, ער זאל זיך אפרוען׳ ער האט זיך געהאלטן בײ זײנם. אזוי װי די גאלד־שטיקלעך זענען נישט זײנע, מוז ער גלײך יענעם צוריקגעבן.

passage_d077b9aad379713143fda3c9
Passage 4normalized OCR · source chars 2502-3215

געװען איז עס פרײטיק פארנאכט. אלע קינדער זענען געװען אין הויז. מײן מוטער האט געצונדן ליכט. מיר זיצן און װארטן, אז אונדזער פאטער זאל צוריקקומען׳ מאכן קידוש. מיר זעצן זיך אלע צום טיש און װארטן אזוי װי עס האט זיך בײ אוגדז שטענדיק געפירט. עס מאכט זיך שפעט, מען װעט שוין באלד נישט טארן זיך װײזן אין גאם, און דער טאטע איז נאך אלץ נישטא. װאם איז געשען ? — האבן מיר זיך געטראכט. איך מיט מײן ברודער זענען ארוים און דורך הינטערגעםלעך געלאזט זיך זוכן דעם טאטן. מיר האבן אים טאקע גלײך געפונען. ער װאלט שוין פון לאנג געװען אין דער הײם, גאר ער האט נישט געקענט גײן. איך מיט מײן ברודער האבן אים ערשט גענומען װי א קליץ קינד, אהײמגעפירט בשלום אין הויז ארײן. ער האט זיך גלײך געלײגט אין בעט ארײן און אפגעלעגן װאכנלאנג א שװער־קראנקער.

passage_221fbad4c842d5ede9bd54b6