יהושע שטײנפעלד / ךי ערשטע קרבנות (מערידען׳ אמעריקע) שוין א טאג פארן ארײנמארש פון די דײטשן׳ אזײגער פיר נאכמיטאג׳ איז אנגעפארן א פאטרול פון עטלעכע טאנקען פון דער פינטשעװער גאם. װען זײ האבן זיך אפגעשטעלט בײ לײביש פארבערס טויער׳ האבן זײ באמערקט דעם מיטגליד פון דער פאלקם־מיליץ׳ װאלף מאשקאװיטש, דער זון פון יאנקל סטאלער, װאם האט זיך ארומגעדרײט מיט א ביקס. ער איז אויפן ארט דערשאםן געװארן און דערנאך האבן די טאנקעז זײן גוף צעריבן אויף שטיקלעך. די טאנקען האבן זיך באלד צוריקגעצויגן מיטן זעלבן װעג׳ װײל די פוילישע קאװאלעריע האט נאך סטאציאנירט בײ דער פאסט אויף דער קיעלצער גאם. ערשט אזײגער צװעלף בײ־ נאכט האבן די דײטשע מאטאריזירטע אפטײלונגען מיט גרויס רעש זיך ארײנגעריםן אין שטאט דורך דעם קיעלצער װעג. מעגטשן האבן זיך באהאלטן און פארשלאםן אין די װױנונגען. די דײטשע פאטרולן האבן ארײגגעשאסן אין די הײזער. דרײ ײדישע קרבנות זענען געװען אין יענער נאכט — צװישן זײ די טאכטער פון מרדכי רידעלניק — א גארבער װאס האט געװוינט אויפן בוםקער װעג. פארטאג איז דאס מיליטער אװעק װײטער. דער טאג איז אדורך רואיק׳ דאם איז געװען א שטילקײט פאר א שטורעם.
בײנאכט הער איך פלוצים װי שװערע טריט דערנענטערן זיך צו אונדזער הויז. די מלאכי־חבלה קומען ארײן און נעמען מיך צוזאמען מיט מײן שכן הערשל ראצע, איך האב דאם געפיל אז מ׳פירט מיך צום טויט׳ כ׳װיל זיך געזעגעגען מיט מײנע בני־בית׳ אבער ס׳הערט זיך דער געשרײ ״הע־ ראום !״. מ׳פירט אונדז צום בית המדרש. דארט געפינען זיך שוין א פופציק ײדן און בערך אזא צאל פאליאקן. די פאליאקן מיט זײער גלח אין אײן רײ און די ײדן מיט הרב עפשטײן אין דער צװײטער זייט, א פירער פון ם.ם. דערקלערט אונדז׳ אז מיר אלע װערן באטראכט אלס ״זאקלאדניקעס״. מיר זענען ערוב מיט אונדזער לעבן״ אז קײן שום שיםערײ קעגן דײטשן װעט אין שטאט נישט פארקומען. די פאליאקן האט מען באלד נאך דער דערקלערינג אהײמ־ געלאזט צו פיגף מאן, אײן גרופע נאך דער אנדערער. געמײנט האבן מיר צוערשט, אז מ׳האט זײ אפגעפירט צום טויט. אזײגער אײנס בײנאכט הערן מיר פלוצים א שאם היגטערן פענצטער פון בית־המדרש. באלד דערנאך קומען ארײן די ם.ם.־לײט מיט א געשרײ: ״די דרעקישע פערפלוכטע ױדען האבען געשאםן ו״ באלד האט מען אונדז אויםגעשטעלט צו פינף איז א דײ•
צװײ ם.ם.־לײט האבן אויפגעריסן דאם ארון־קודש און עס אנגעפילט מיט אויפרײס־מאטעריאל. מיט גראנאטן אין די הענט האבן זײ זיך אװעקגעשטעלט װארטן אויף א באפעל. א טויטע שטילקײט האט געהערשט אין בית־המדרש. אײן קלײן ליכטל האט געברענט װי א נר־תמיד. פאר אונדז איז געװען קלאר, אז מ׳גײט אונדז דא לעבעדיק פארברענען. נישטא װאם צו פארלירן! — איז מיר אדורך א געדאנק• ״לאמיר זיך ראטעװען׳ אפשר װעט געשען א נם י״ — שעפ־ טשע איך שטיל צו מײן שכן הערשל ראצע. מיר האבן אויס־ גענוצט די פינצטערניש און זיך ארויפגעדראפעט אויפן פענ־ צטער נעבן דער זײטיקער טיר און פון דארט אראפגעשפרונ־ גען אין יעקל בעקערס הויף ארײן און פון דארט צום קאמער פון מיכאל רײך.
פון בית־המדרש האבן זיך גלײך געהערט װילדע אויסגע־ שרײען ״העראום;״ באגלײט מיט א שיםערײ פון מאשין־ געװער און גראנאטן־אויפרײסן. דורך די שפארעם פון אוגדזער באהעלטעניש האבן מיר געזען די פלאמען פײער, װאם האבן ארומגעכאפט דאס בית־המדרש פון אלע זײטן. דאם פײער און רויך האט אונדז אנגעהויבן צו שטיקן׳ זעגען מיר אריבער־ געקראכן דעם פארקאן און ארויף צו אברהמטשע טאפלאװיטש אויפן בוידעם. דארט האבן מיר געטראפן דעם רב צוזאמען מיטן ראש־הקהל ר׳ שבתי ביאלאגורסקי. אויך זײ האבן אויס־ גענוצט די פינצטערניש און זיך מיט גיםים אפגעראטעװעט פון דעם ברענענדיקן בית־המדרש. בײם הרב עפשטײן איז געװען דער פום דורכגעשאםן, בײם ראש־הקהל איז דאם אויער געװען דורכגעשאםן פון די קוילן מיט װעלכע די צעװילדעװעטע ס.ם.־לײט האבן באהאגלט דאס ברענענדיקע בית־המדרש און די װאס האבן זיך געפרװוט ארויםראטעװען פון דארט. די גאנצע שול־גאס איז געװען רויט פון דעם בלוט פון די קרבנות. װען מיר זענען צומארגנס אינדערפרי אראפ פון באהעלטעניש האבן מיר געטראפן 17 טויטע. עטלעכע פון זײ האבן מיר גלײך דערקענט : ױאל אונגער׳ שמואל־אלי װײל׳ בערל שמש (טרעמכאצקי)׳ דער לאמער שוםטער׳ דרײ רבנים פון כענטשין װאם האבן זיך געהאט אויפבאהאלטן בײ הרב עפשטײן און א שנײדער פון ױקעװ שנײדערס הויז. בעת און נאד דער אויםזידלרנג
דאס זענען געװען די ערשטע קרבנות װאם זענען געפאלן אין כמיעלניק• אויך בעת דער ערשטער אקציע חאט די ערד פון אונדזער שטאט אײנגעזאפט אין זיך דאס בלוט פון אונ־