Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 372
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1174

743 פ נ ק ס כמיעלניק• 744 דזערע ברידער. חוץ די 70 קרבנות׳ װאס זענען געפאלן אין טאג פון דער ערשטער אקציע׳ זענען פיל יידן אוין־ דערשאםן געװארן אין פארשײדענע באהעלטענישן, צװישן זײ: רחלע שידלאװםקי פון שניט־געשעפט, משה יעגערם פאטער׳ בצלאל מאלי און א גאנצע רײ זקנים׳ װאס האבן זיך אנגעטאן אין טליתים און קיטלען און געװארט אין זײערע װוינונגען אויפן טויט. באלד נאך דער אויםזידלונג זענען פיל ײדן דערמארדעט געװארן דורך פאליאקן׳ װאס האבן גענומען פיל געלט בײ ײדישע משפחות מיטן צוזאג זײ אויםצובאהאלטן. אין דארף קאטשאראװ׳ איז דערמארדעט געװארן שמעון־איציק װאיצי־ קעװיטשעם טאכטער. איז לאגעװניק — לײביש מיאראװניק׳ אין פיערשניצע — געניע ראזענבלום׳ אין בזשעזאװקע — משה מעלמאנם קיגדער׳ אין שלאדקעװ — 13 ײדן׳ צװישן זײ די גאנצע משפחה פון מאטל שפיגעל. 13 ױנגע מענטשן זענען דערמארדעט געװארן בײ משה פאםטערנאק אין הויז־קעלער׳ צװישן זײ בעריש קויפמאן. אין פשעדװארזשע׳ אויפן צמענ־ טאזש׳ זעגען אומגעקומען עטלעכע פיעטקאװיצער און שיד־ לעװער משפחות. בײ דער אלמנה םטראדאװסקי זענען אומגעקומען מלך קוקיעלקע מיט זײן משפחה און מאיר פאםטערנאקם זון. נאך פיל זענען געפאלן אויף די װעגן אין דערפער. דאם בלוט פון כמיעלניקער ײדן האט באפרוכפערט די פעלדער אין דער גאנצער געגנט... ד״ר ז. לעדערמאו / פרװװ פװ װידערשטאנד

passage_c7208d1cfc102fe2b71d3327
Passage 2normalized OCR · source chars 1176-2310

(נױ־יארק) אנהויב 1942, אין א געװיסן פרימארגן׳ האט אונדז געטראפן מאיר פעלמאן׳ דער געװעזעגער מפקד פון בית״ר און נאך א געשפרעך מיט אים װעגן דער קאטאסטראפאלער לאגע, האבן מיר באשלאסן זיך צו טרעפן מיט א גרופע ױגנט װאם מאיר האט געהאט צו זײ צוטרוי. דער ערשטער צוזאמענטרעף איז פארגעקומען אין געהײם מיטן אנטײל פון א קלײנער גרופע צװישן זײנ מאיר פעלמאן׳ אלתר נירענבערג, משה פרײם (דער זון פון הרב פרײם פון טאראנטא), זילקע לעדערמאן׳ אלתר פשענדזע, דער זון פון מאטל ראזענבלום און אנדערע. מאיר האט קורץ דערקלערט: ״מיר טארן נישט זיצן מיט פארלײגטע הענט, די פארניכטונג דערנענטערט זיך מיט שנעלע טריט״. נאך א קורצן ויכוח איז באשלאסן געװארן באלד זיך צו פארבינדן מיט דער א.ק. (ארמיא־קראיאװא) װעגן באקומען געװער און גלײכצײטיק זיך פארבינדן מיט כמיעל־ ניקער פארמעגלעכע ײדן װעגן געלט פאר דעם צװעק. דער ערשטער קאנטאקט איז אנגעבינדן געװארן מיטן עלטםטן זין פון שלױויגםקי (א מאםאזש), װעלכן מען האט געקענט פזן פארן קריג אלס ליבעראלן גוי׳ ער איז געװעזן א רעזערװ־ אפיציר פון דער ארמײ. שלױוינסקי האט זיך ערנםט באצויגן צום פארשלאג, ער האט אבער פארגעשלאגן א הויכן פרײו פאר געװער, אויפקלעדנדיק אז די א.ק. געפינט זיך אין א שװערן מצב. די צװײ ײדן װעלכע האבן געזאלט אנפירן מיט

passage_c68d83f17f5c95b9534893a0
Passage 3normalized OCR · source chars 2312-3353

דער פינאנם־אקציע זענען געװעזן: מיכאל בריקמאן און מרדכי לעדערמאן. זײ האבן טאקע געמאכט די ערשטע באמי־ אונגען צו שאפן געלט פאר דעם צװעק. אינצווישנצייט זענען דערגאנגען ידיעות װעגן אונדזער ארבעט צום ״ױדן־ראט״ און די געטא־פאליצײ האט אונדז באלד געדראט מיט םאנקציעס אויב מיר װעלן נישט אויפהערן. אויך געװיםע ״פאראנטװארט־ לעכע״ בעלי־בתים האבן אונדז געפרװוט אויפקלערן און דראען אז מען זאל נישט װאגן צו גײן אויף אזעלכע אומ־ פאראנטװארטלעכע װעגן׳ װײל עם קאן ברענגען צו א גרוים אומגליק... אזוי האט זיך געענדיקט דער פרװו פון באװאפענען זיך. צװישן אונדזערע װידערשטאנדם־פלענער איז אויך געװעזן דער פלאן פון אונטערצינדן די גאנצע שטאט װען עם װעט זיך אנהויבן די אקציע און דערבײ אויםנוצן די פאניק אין שטעטל און אנטלויפן. אײנער פון אונדזער גרופע װאלף קויפמאן׳ יעקל קויפמאנם א זון׳ איז נאך דער 3־טער אױסזידלונג׳ װען די רעשטלעך ײדן פון אונדזער געגנט האבן זיך געפונען אין םאנדאמיעזש, אנגעפאלן אויף אן ם.ס.־מאן, לעשער׳ און אים געפרװוט דער־ שטיקן מיט די הענט. ער האט זיך מיט אים געראנגלט א צײט׳ ס.ם.־לײט זענען געקומען צו הילף׳ דעם מוטיקן בחור געבונדן און נאכהער דערשאםן.

passage_8c49434fe99ef02a5035dcf3