אלתר שטײנפעלד / דער ערשטער גירוש כמיעלניק איז אין דער מלחמה־צײט געװעזן א מקום־מקלט פאר די אנטלאפעגע און ארויסגעיאגטע פון די גרויסע שטעט און געטאס, כמיעלניק האט אויפגענומען לאדזשער און פלאצ־ קער, װעלכע זענען געקומען װיגטער בערום וחוםר כל• כמיעלניק האט אויך אויפגענומען גלאװנער און די ארוים־ געאגטע ײדן פון ראדאם. גלײך װי די אומגליקלעכע קרבנות האבן אנגעהויבן אײנװאנדערן נאך כמיעלניק האט זיך אויף דער איניציאטױו פון צױניםטישן װעטעראן און געװעזענעם פרעזעס פון ױדן־ראט שמואל זאלצמאן געשאפן א הילפם־ קאמיטעט׳ די אומגליקלעכע זענען באלד פונאנדערגעטײלט געװארן צװישן דער כמיעלניקער ײדישער באפעלקערונג. װעלכע האט זײ װארעם־ברידערלעך אויפגענומען. די ענגשאפט איז געװעזן גרויס. אין אײן שטיבל מיט א קוך האבן געוװינט דרײ פאמיליעס• גאגץ אפט האט געטראפן. אז דער בעל הבית פון שטוב אדער זײנם א קינד איז ארויס פון בעט, זיך אויםגעבעט אויף דער ערד, און דעם פארטרי־ בענעם אנגעװײטיקטן פלאצקער אדער ראדאמער ארײנגע־ לײגט אין בעט ארײן שלאפן. כמיעלניק האט אויך געהאט אײנגעארדנט א שײנע קוך פאר די ארימע און ארויסגע־ יאגטע יידן. טעגלעך איז געװארן ארױםגעגעבן 1200 מיטאגן. ברויט און אנדערע שפײז. עס איז אויך געשאפן געװארן א ײדיש שפיטאל.
אדאנק דער פארשטענדעניש און דער ברידערלעבער איבערגעגעבנהײט פון דער כמיעלניקער ײדישער באפעל־ קערונג, און א דאנק די איניציאטױו פון די פעאיקע איבערגע־ בליבענע עםקנים, איז געלונגען כמיעלגיק ביז דעם לעצמז מאמענט אויסצומײדן פאלן פון הונגער־טויט. עס איז געװען דינםטיק כ״ה תשרי תש״ג (6.10.42) א טאג נאן אםרו חג סוכות, האלב 7 פרי צעטראגט זיך א שרעקלעכער אפקלאנג פון א געשיםערײ איבערן שטעטל. באלד װערט געמאלדן אין אלע גאסען, אז ביז 8 אזײגער מוזן אלע ײדן זיך געפינען אויפן פלי־פלאץ (טארגאװיסקא). 1 מינוט נאך 8 װעמען מען װעט געפונען אויסער דעם אנגעװיזענעם ארט, וועט אויפן ארט דערשאסן. מיט דער אקציע האבן אנגעפירט דער הויפטמאן גײער פון קיעלץ, און דער רשע שילט פון ראדאם, הויפט־עקזעקוטאר פון ײדן־פארגיכטונג אין ראדאמער דיסטריקט. פינקטלעך 8 א זײגער האט זיך אנגעהויבן א געזוכערײ און א געשיםערײ• װעמען מען האט געטראפן, אן אונטערשיד, אלטע לײט׳
קראנקע לײט, ליגעדיקע אין בעט, זענען אויפן ארט דערשאםן געװארן. מאנכע זענען געבליבן ספעציעל מען זאל זײ ליבער אויפן ארט שיסן, װו צ״ב דוד דאלום מיט דער פרוי• נײן אזײגער איז אנגעקומען א קאמפאניע ײדן־פארניכטער (״די שװארצע״ האט מען זײ גערופן), צום גרעסטן טײל אוק־ ראיגער, ליטװינער און לעטן, און זײ האבן איבערגענומען די מענטשן אויפן פלאץ. אויפן װעג זענען זײ שוין געװען די בעלי־בתים. האלב צען א זײגער האט זיך אנגעהויבן די סעגרעגאציע. פארצװײפלטע און יאמערלעכע יללות. מענער זענען אװעקגענומען געװארן פון זײערע פרויען, עלטערן פין קינדער, מוטערס האבן אװעקגעװארפן זײערע קינדער, מענטשן זענען פארװאנדלט געװארן אין חױת. די ם. ס. באגדיטן האבן אויפן פלאץ צוגערויבט און צוגענומען אלםדינגס. דאן האבן זײ אויסגעקליבן 72 מאן, ױנגע מענער און פרויען צו בלײבן. זײ האבן געהײםן ״אויפראמונגס־קאמאנדע״. עס זענען אויך געװען פיל װעמען מען האט געװאלט לאזן און זײ האבן זיך נישט געװאלט שײדן מיט זײערע נאענטע, און זײ האבן נישט געװאלט אלײן בלײבן, אין אזוי האט מען אנגעהויבן ארויסשיקן פארטיעסװײז, צו ססצ1 און צו ססס2 זענען געגאנגען מיטאמאל. א טײל װעלכע האבן זיך פון פריער געהאט צוגעגרײט גיפט, האבן זיך אויפן אויבנדערמאנטן פלאץ געסמט, א טײל האט מען אויך אופן פלאץ געשאמן. און אזוי האט מען אנגעהויבן ארויםלאזן דודכן טויער (צײלענדיק) די ערשטע גרופן. דאם געװײנערײ און געיאמערײ פון מוטערס און קינדער, אין דאס חלשן פון מענטשן איז געװען ביז גאר. דערזעענדיק די פארצװײפלונג, האט זיך אויפגעשטעלט אױף דער באריערע דער אלטעד ציוגיםטישער עסקן, אינםטרוקטאר פון קרן היסוד, ישכד קאנערצוקער׳ און האט מיט פאטאם אויםגערופן ־ ײדן ו נישט װיינען ! ײדן ! נישט פארצווייפלט ! נאר שטאלץ און געשלאסן זאלן מיר גײן, פארן כבוד פון ײדישן פאלק. און מיט אן
אויםערגעװײנלעכן קול האט ער אויסגעשריגן ״שמע ישראל ה׳ אלקינו ה׳ אחד׳/ מיט די װערטער אויף די ליפן זענען אװעק די ײדן פון כמיעלניק אויף זײער לעצטן װעג. די אויםזידלונג האט געדויערט ביז 2 א זייגער בײטאג׳ געפירט האט מען די מענטשן צו פוס קײן כענטשין. און פון דארט זענען זײ געװארן אויפגעלאדן אויף װאגאנען און אפ־ געטראנםפארטירט קיין טרעבלינקע• אויפן גאנצן װעג איבערן שטעטל זענען געשטאנען יעדע פאר טריט אויסגעשטעלט זשאנדארם־פאטראלן, וועלכע האבן געשאסן אין די רײעז•