Original scan
Original memorial-book scan 374
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1115

ארטור און מערי קלײנהענדלער / ךי 72 נאר דער אקציע (נױ־יארק) 5־טער אקטאבער׳ 1942. אײן טאג פאר דער אלגעמײנער אויםזידלונג. אלע ײדן פון די ארומיקע קלײנע שטעטלעך און דערפלעד ארום כמיעלניק האט מען צוזאמענגעיאגט. די גאנצע שטאט איז געװען ארומגערינגלט מיט דײטשע טרופן ס.ס. מיט מאשין־געװער. קײנער האט שוין נישט געװאגט צו פארלאזן די שטאט׳ װײל עם איז געװען א זיכערער טויט. 5 א זײגער אין דער פרי, דעם 6־טן אקטאבער 1942, האט זיך געהערט פון אלע עקן שטאט א געפערלעכע שיסערײ, אין דער זעלבער צײט איז די ײדישע פאליצײ מיט § געפײפערײ געלאפן פון שטוב צו שטוב און פארארדנט, אז אלע ײדן פון קלײן ביז גרויס זאלן זיך צוזאמעננעמען אויף דער כמיעלניקער ״טארגאװיצע׳/ אויף דעם שידלעװער װעג בײם װעלדל. אויף דעם םיגנאל זענען מיר אלע ארוים אויף דער גאס, װו מען האט אויף אונדז שוין געװארט מיט קאנטשיקעס און שטעקנם און געטריבן שנעלער, שנעלער... די ס.ם.־לײט, װעלכע מיר האבן באגעגנט אויף דעם װעג צו דער ״טארגאװיצע״ זענען געװען באװאפנט װי צו א גרויםן קאמף, מיט העלמען, האנט־גראנאטן און קורצע אויטאמאטישע ביקסן. אזעלכע מערדערלעכע פנימער האבן מיר נאך נישט געזען. בלוט און מארד האט געברענט אין זײערע אויגן. אין פארלויף פון א קורצער צײט זענען מיר אלע שוין

passage_ed59151b981bc9d8b598ec04
Passage 2normalized OCR · source chars 1117-1994

געװען אויםגעשטעלט לויט זײער באפעל אין רײען צו יי• פאמיליע בײ פאמיליע מיט די קינדער אויף די הענט, אין בײ די הענט. אלע שטיל׳ מיט א פארכאפטן אטעם פון שרעק, פנימעי־ בלאסע מיט פארװײנטע אויגן, נאר די הערצער האבן געקלאפט. ארום און ארום פון די צוימען האבן אויף אונדז ארונטער־ געקוקט די אויגן פון די מערדערם מיט די שווארצע לאפעם פון זײער מאשין־געװער. יעדע באװעגונג אדער אויסגעשרײ, יעדער קלענסטער װידערשטאגד װאלט געמײנט א זיכערער טויט אויפן פלאץ. די רוצחים זענען ארומגעגאנגען מיט קויבערם און געשריגן צו אונדז ־ גאלד׳ געלט און זילבער י... אין אויגנבליק זענען די קויבערס געװען פול מיט ײדישע צידונג און פארמעגן. דאם האט אבער נישט צופרידנגעשטעלט די רויבער. זײ זענען ארומגעגאנגען און אראפגעריםן פון די פרויען זײערע קידושין־ רינגלעך, װי אויך זײערע אױריגגלעך. פיל פון די פרויען האבן געמוזט אויםטאן זײער אונטערװעש און די ס.ס.־לײט האבן געזוכט צי אין זײ איז נישט אמאל אײנגענײט גאלז אדער געלם.

passage_004db12e293c11005f6b8abf
Passage 3normalized OCR · source chars 1996-2977

שפעטער איז געקומען דער לויטעגאנט פון דער כמיעלניקעד זשאנדארמעריע מיט א ליםטע פון בעלי־מלאכות, װעלכע ער האט געװאלט איבערלאזן צו דער ארבעט. װען ער האט אנגעהויבן אויםרופן די נעמען, איז די גאנצע שטאט װי אײנער געלאפן צו אים מיט געוױין און געבעט. דער מאמענט האט דאך דעצידירט צװישן טויט און לעבן. צוליב דעם גרויםן כאאם װאם עס האט זיך געשאפן, זענען אנגעקומען א גרופע דײטשן מיט שטעקנם און זײ האבן צוריקגעברענגט אלץ צום ״ארדנונג״. דרײ מאל האט זיך די זעלבע טראגישע םצענע איבערגעחזרט, װארעם יעדער האט געװאלט בלײבן לעבן, אחוץ אײן פרוי׳ א פיעלענגניארקע׳ װאם איז אויפן פלאץ באגאנגען זעלבסטמארד. אזוי ביז דער הויפטמאן פון ראדאם, װעלכער איז געװען איבער דער כמיעלניקער זשאנדארמעריע האט איבערגענומען די ליסטע און איבערגעלאזט װעמען ער האט געװאלט. נאך דעם גאנצן אי׳בערלאזן, האט זיך אים נאך אלץ אויסגעזען צו פיל׳ האט ער אםך און םפעציעל די פאמיליעס מיט קינדער און גלאט װער עם האט אים נישט געפעלן, ארויסגענומען פון די װעלכע האבן געזאלט איבער־ בלײבן. חיה־רחל׳ע און מאיר־שײע הײד — די קינדער פון משפחה פוקם.

passage_285fb40da3b9b1bc34a7b1eb