Original scan
Original memorial-book scan 376
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-920

יעקב לעמבערג / פװ אקציע צו ?*קציע (פאריז) שוין אין די חדשים ױלי —אויגוסט פון 1942 האבן צו אונדז דערגרײכט פארשידענע אויםטערלישע ידיעות׳ אז מען שיקט ארויס פון א סך שטעט אין לובלינער קאנט. גענויע ידיעות האבן מיר נישט געקענט האבן, זײענדיק אפגעשניטן פון דער װעלט, נישט קענענדיק זיך באװעגן מחוץ דער שטאט, נישט דערהאלטנדיק קײן פאםט — די מענטשן זענען ממש אראפ פון זינען קלערנדיק װאם צו טאן. םוף אויגוםט׳ נאכן גירוש פון קעלץ, האבן מיר שוין געװוסט גענוי, אז די זאך איז נישט פשוט, אז דאס שיקט מען נישט צו קײן ארבעט. מען האט זיך שוין אנגעהויבן אפגעבן א חשבון, אז דאם שיקט מען ײדן אויף טויט. אזעלכע װאם האבן געהאט גוטע באציאונגען, באקאנטע פױערים אין די דערפער האבן זיך אנגעהויבן צו באזארגן מיט אן ארט זיך אױסצובאהאלטן, אװעקגעבנדיק פאר דעם דאם גאנצע פארמעגן. איצט װײסט מען, אז בלויז געצײלטע פון זײ זענען געבליבן לעבן. די פויערים גופא האבן נאכן צונעמען בײ זײ די פארמעגנם זײ אלײן דערמארדעט ״אדער אויסגעליפערט אין די הענט פון די דײטשן.

passage_01be09f6e6f578b58236719f
Passage 2normalized OCR · source chars 922-2085

מיטװאך, דעם 30־טן סעפטעמבער, איז געקומען א באפעל צום ױדנראט, אז אויף דאנערשטיק, 6 א זײגער פרי, דארפן זיך .אלע מענער און פרויען פון עלטער 30—18, זיך צושטעלן אויפן מארק־פלאץ. װער עס װעט זיך נישט שטעלן, װעט װערן גלײך דערשאסן. זײער כװנה איז געװען די ױנגע קרעפטיקע כוחות אװעקצושיקן צו שקלאפן־ארבעט און די רעשט אויס־ צוזידלען צום טויט. אזוי איז טאקע געשען. זײ האבן ארויס־ גענומען בערך 1200 מאן און זײ גלײך אװעקגעשיקט מיט לאםט־אויטאס נאך סקארזשיםקא אויף .ארבעט אין פאבריקן פון אמוגיציע. דער רוב פון זײ זענען שפעטער אומגעקומען פון הונגער. זעקם טעג שפעטער, דינםטיק דעם 6־טן אקטאבער איז פארגעקומען די אלגעמײנע אויםזידלונג פון דעם גאנצן שטעטל. דאם איז געװען צומארגנם פון שמחת תורה. 5 אין דער פרי האבן זיך פלוצים געהערט חיה׳שע געשרײען פון געםטאפא און שװארצע אוקראאינער. ם׳האט זיך אנגעהויבן א װילד געיעג מיט הינט, שטעקנם און קאלבעס. מ׳יאגט פון די שטיבן. דאם שטעטל איז ארומגערינגלט מיט זשאנדאר־ מעריע. אלע דארפן זיך שטעלן אויפן גרויםן פלאץ בײם װעלדל אויפן שידלעװער װעג. מענטשן לויפן וװהין די אויגן טראגן. קינדער װערן געבאפט, צעביסן דורך די הינט, מענער פארלירן זײערע פרויען, פרויען פארלירן זײערע קינדער. טײל ײדן לויפן אויפן בית־עולם, אנגעטאן די קיטלען און טליתים, יעקב לעמבערג

passage_30506b3cebd65bac6ad85368
Passage 3normalized OCR · source chars 2087-3262

װארטן דארט דערשאסן צו װערן׳ כדי כאטש צו קומען צו קבר ישראל. ארום צװײ אזײגער נ.מ., נאכן פארזאמלען כמעט דאס גאנצע שטעטל, בערך 11 טויזנט נפשות׳ שטעלן די דײטשן אװעק גרויםע קוישן און באפעלן די ײדן זײ זאלן אװעקגעבן דאם גאנצע גאלד, װאלױטע און בריליאנטן, װאס זײ האבן. זעלטן װער עס האט זיך אלײן אפגערופן אפצוגעבן די געפאדערטע זאכן. די זשאנדארן כאפן ײדישע פאליצײ און הײםן רעװידירן די ײדן, דער פאליציאנט װאם האט נישט אזוי גענוי אויסגעפירט דעם באפעל, האט באקומען גוט צעשלאגן. אויב דעם זשאנדארם איז אױסגעקומען פארדעכטיק א פערזאן׳ א מאן צי א פרוי, האט מען אויפן פלאץ געהײםן אים זיך אויסטוען נאקעט און גענוי רעװידירט די קלײדער און די אינטימסטע ערטער אויפן קערפער. דערצו האבן זײ נאך פארלאנגט דער עולם זאל זינגען, זײן פרײלעך׳ ארויס־ װימן צופרידנקײט. אזוי האט מען זײ געפײניקט א גאנצן טאג. פארנאבט האבן די דײטשן אנגעהויבן יאגן אויפן װעג נאך כענטשין. יװער עם האט שוין נישט געהאט קײן כוח צו לויפן׳ שװאכע און קאליקעס, האט מען גלײך דערשאסן. דער גאנצער װעג איז געװען רויט פון בלוט. אין כענטשין האט מען די מענטשן פארלאדנט אין װאגאנעם פון בהמות. אין אזא װאגאן װו נארמאל קען ארײן יביז 50 —60 מאן, האט מען ארײנגע־ פאקט צו 120 —130 מאן און פארשלאםענערהײט אפטראנספאר־ טירט נאך טרעבלינקע אין די גאז־אוױונס.

passage_72f4e3448f57818c5c90477d
Passage 4normalized OCR · source chars 3264-3941

לויט א גבית־עדות װאס איך האב געהערט פון א קיעלצער ײד׳ נחמן דיאמאנד, װעמען ס׳איז געלונגען צו אנטלויפן פון דארט, — האט ער געזען ברענגען אהין כמיעלניקער ײדן׳ 80 פראצענט פון זײ זענען שוין געבראכט געװארן אהין טױטערהײט. אונזער פאמיליע איז די לעצטע מינוטן געלונגען זיך צו פארשטענדיקן מיט א באקאנטער קריסטן, פרוי פריקאטש׳ זי זאל אונז אויםבאהאלטן אין איר קעלער אויף דעם טאג, װען עם װעט פארקומען די אויסזידלונג. מען האט גערעכנט אז װען דער צארן װעט אדורך, װעט מען אפשר בלײבן. װי נאר ס׳איז געװארן נאכט, האבן מיר אבער געמוזט פארלאזן דעם קעלער׳ װײל דער אײגנטימער פון הויז׳ דער באװוסטער אנטיסעמיט ראמאן זאמאיםקי׳ האט זיך צופעליק דערװוסט׳ אז מיר געפיגען זיך דארט• נישט האבנדיק קײן ברירה׳ האבן

passage_c7efdac3f5de82715b091f83