Original scan
Original memorial-book scan 377
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-784

753 יעקב לע&בערג — פון אקציע צו אקציע 754 מיר געמוזט פארלאזן דאם באהעלטעניש• די פראגע איז אבער געװען : וװהין י טאמער טרעפט מען אונדז׳ װערן מיר גלײך דערשאסן׳ װײל דער באפעל איז געװען׳ אז דער ײד׳ װאם װעט זיד נישט צושטעלן צו דער אויםזידלונג׳ װערט גלײד דערשאםן. קײן איין ײד׳ אויסער די 72 מאן׳ װאס די דײטשן האבן איבערגעלאזט אויפצורוימען די מתים און צוזאמעננעמען דאס האב און גוטס׳ איז נישט געװען אין שטאט. װאלטן די 72 ײדן געװעזן בײ זיך אין די װױגונגען׳ װאלטן זײ אפשר אונדז געקענט מיט עפעם העלפן׳ האט זיך אבער ארױסגעװיזן׳ אז מען האט זײ געהאט קאנצענטרירט אין הויז פון מאגיסטראט אונטער א װאך פון זשאנדארמעריע. מיר האבן קײן אנדער ברירה נישט געהאט װי צו אנטלויפן וװהין די אויגן װעלן טראגן. מיר האבן באשלאסן צו גײן קײן ראקאװ. דארט זענען נאד געװען ײדן׳ װאם מען האג זײ נאך נישט געהאט אויםגעזידלט.

passage_15419c775971ba5a47685b84
Passage 2normalized OCR · source chars 786-2360

שפעט בײנאכט האבן מיר דורך הינטערװעגן פארלאזט די שטאט אויפן װעג קײן לובאניע׳ דאם ערשטע דארף אויפן װעג קײן ראקאװ. דארט האט אונז א פויער פארהאלטן. גערופן צוהילף נאך אנדערע פויערים און אונדז נישט געלאזט גײן װײטער. עס האט נישט געהאלפן אונדזער געבעט און געװײן. זײ האבן געװוםט׳ אז פאר יעדן אײנעם ײד׳ װאס זײ װעלן צושטעלן די דײטשן׳ באקומען זײ צו א האלבן ליטער בראנפן. צומארגנם׳ מיטװאך פרי׳ האבן אונדז אפשר צען כוליגאנעס מיט גרוים ״כבוד״ ארײגגעפירט אין שטאט אין אונדז איבערגעגעבן צו די דײטשן. דער נם איז געװען׳ װאס אויפן װעג צו דער זשאנדארמעריע האבן זיך געפונען צװײ ײדישע פאליציאנטן׳ נתן שװער און משה שטראזבערג (דער ערשטער איז דודל פינטשעװערם (ערענרײך) אן אײניקל און דער צװײטער איז לײבל קװאשניעװםקיס אן אײניקל. בײדע לעבן נישט). באמערקנדיק װי די פויערים פירן אונז׳ האבן די אונז פארהאלטן און זײ געזאגט אז זײ קומען אין נאמען פון דײטשן צו פארהאלטן אלע ײדן׳ װאס זײ װעלן טרעפן און אז זײ קענען שוין אהײמגײן׳ דעם בראנפן װעט מען זײ אהײמשיקן. דאס האט געהאלפן. די פאליצײ׳ אנשטאט אונדז איבערצוגעבן די דײטשן׳ האבן אונדז פארהאפטעט אין דער ײדישער תפיםה׳ װאס זײ האבן געהאט צו זײער דיספאזיציע׳ מיט דעם מײן אפצװוארטן׳ אפשר װעט זיך אײנגעבן עפעס צו טוען כדי אונדז אפצוראטעװען פון טויט. דורך דער צײט האבן די דייטשן מיט דער הילף פון די פאליאקן׳ די אזוי־ גערופענע ״סטראזש״ מיט יאנעק טשעפטשע׳ יאשעק שװארץ בראש אדורכגעפירט רעװיזיעס אין אלע ײדישע שטיבן צי ס׳איז נישט עמיצער פארשטעקט׳ און ביי דער געלעגענהײט צו קענעז ראבירן דאס האב און גוטס׳ װאס איז פארבליבן. עם האט זיך ארױםגעװיזן׳ אז פיל ײדן זענען געבליבן אין דער הײם׳ נישט געװאלט ארוים פון שטוב׳ זאל זײן װאם עס װעט זײן. ארום 12 א זײגער איז שוין די ״קאזע״ פון

passage_d987b93a44aeef6197fc5f41
Passage 3normalized OCR · source chars 2361-3137

מאגיסטראט געװען פול מיט ײדן׳ װאס האבן נישט אויסגעפירט דעם דײטשן באפעל. װען דער קאמענדאנט פון דער ײדישער פאליצײ איז געקומען מעלדן װעגן זײ דעם הויפטמאן פון דער שטאט האט ער מיט א שמײכל געזאגט אז מען זאל זײ גארנישט טאן׳ נאר זײ פארשרײבן און גלײכצײטיק באקאנט מאכן׳ אז די אלע ײדן װאם װעלן זיך אלײן מעלדן און קומען אין שטאט װעט גארנישט געטאן װערן. די כװנה איז געװען ארײנצונארן די אלע׳ װאס האבן זיך געהאט פארשטעקט אדעי זיך פארשאפט אן ארט בײ פויערים. אין משך פין אכט טעג האבן זיך צונויפגעזאמלט אין כמיעלניק בערך 600 ײדן. צו די פיר װאכן האט מען זײ צונויפגענומען אויפן מארק־פלאץ פון שטעטל׳ זײ ארויפגעזעצט אויף ״פאדװאדעס״ און אװעק־ געפירט קײן םטאפניץ. דאס איז געװען דאנערשטיק׳ דעם 5־טן נאװעמבער׳ 1942. צומארגנם׳ פרײטיק׳ איז פארגעקומען דער גירוש פון די םטאפניצער צוזאמען מיט די כמיעלניקער.

passage_f166b9bb827356f65a981094
Passage 4normalized OCR · source chars 3139-4714

צװײ טעג נאכן 1־טן גירוש איז געקומען נאך כמיעלניק צו סארן א לאםט־אויטא מיט בערך 20 ײדישע ארבעטער׳ קיעלצער ײדן׳ צו פארנעמען לערע באראקן׳ װאס האבן זיך געפונען אין שטאט. פון זײ האבן מיר זיך דערװוםט׳ אז זיי ארבעטן אין דער געװעזענער פוילישער אמוניציע־פאבריק ״גראנאט״ אין קיעלץ׳ װאס די דײטשן האבן נאכן אקופירן דאס לאנד איבערגענומען׳ בכדי װײטער דארטן אײסצוארבעטן אמוניציע׳ אונטערן נאמען ״האסאג״. זײ זעיען געװען באװאכט פון א נײעם מין פאליצײ ״װערק־שוץ״, ד.ה. ספעציעלע פאליצײ׳ װאם האט געהאט די אויפזיכט איבער ארבעטס־לאגערן. זײ האבן אונדז אױך איבערגעגעבן בםוד׳ אז די באראקן׳ װאם זײ נעמען מיט זיך׳ איז כדי צוצוגרײטן װוינונגען פאר ײדן, װאס װערן קאשארירט צו ארבעטן בײ זײ אין דער פאבריק. אויב עמיצער פון אונדז װעט זיך פרײװיליק מעלדן צו פארן מיט זײ׳ װעלן זײ רעדן און בעטן זײערע אויפזעערם אונדז מיטצונעמען, עם האבן זיך גלײך געמאלדן עטלעכע מענער׳ און איך בתוכם. אין דעם זעלבן טאג זענען מיר גלײך מיט זײ געפארן נאך קיעלץ און מיר זענען שוין פארבליבן בײ דער שקלאפן־ארבעט ביזן 6־טן אויגוסט 1944, װען זײ האבן אונדז׳ נאכן דערנענטערן זיך פון סאװיעטישן פראנט בײ דער װײםל׳ איבערטראנספארטירט מיט די מאשינען נאך טשענסטאכאװ און דארטן װײטער אונדז געפײניקט ביז דעם 15־טן יאנואר 1945. װען די רוםן האבן שוין אנגעהויבן אנצוקומען אין שטאט׳ האבן זײ אונדז מיט כוח געשלעפט צו דער באן, פארלאדנט אין געשלאםענע װאגאנען און אונדז ארויסגעפירט נאך בוכענװאלד. פון דארטן האט מען צעשיקט אין פארשידענע לאגערן צו דער ארבעט■ אנהײב אפריל 1945, װען די אמעריקאנער ארמײ האט זיך דערנענטערט צו אונדזערע לאגערן׳ האבן זײ אונדז ארויס־ געטריבן און אנגעהויבן יאגן צופום יעדן טאג א מרחק פון 30 —40 קילאמעטער׳ ביז מיר זעגען אנגעקומען כמעט װי

passage_ec414a7f3563c0321d156f73
Passage 5normalized OCR · source chars 4715-4817

טויט קיין טערעזענשטאט. דארט זענען מיר דעם 8־טן מאי׳ אין טאג פון דער דײטשער קאפיטולאציע׳ באפרײט געװארן.

passage_0759c96b528cd4c0cc077218