יצחק גאלדליסט / פװ בונקער צו בונקער (טאראנסא) שבת, דעם 3־טן סעפטעמבער, 1942, װען מען האט געברענגט די יידן פון די ארומיקע שטעטלעך, האבן כמיעל־ ניקער ײדן שוין געװוסט, אז די אויםזידלונג איז נאענט. עס האט זיך אין שטאט געמאכט א טומל, געשרײ און געוױין. אויך די פויערים פון די ארומיקע דערפער זענען זיך אנגעלאפן, כדי אפצוקויפן פאר גראשנם אלץ, װאס עס האט זיך נאר געלאזט. ײדן האבן פארקויפט זײער האב און גוטס׳ כדי צו האבן א ביסל געלט אין טאש. טיל זענען געװען גרײט צו גײן מיט דער אויסזידלונג, וױיל קײן אנדער ברירה האבן זײ נישט געהאט. א טײל איז געלאפן אין אנדערע שטעטלעך, װי צום בײשפיל׳ נאך ראקעװ׳ סטאשעװ, סטאפניץ אאז״װ. א טײל איז געלאפן אין װאלד ארײן. א טײל האבן זיך באהאלטן בײ קריםטן אין שטאט אדער אין די דערפער. אין יענעם טרויעריקן שבת האבן אויך מיר פארלאזט די שטאט. געגאנגען זענען מיר אין װאלד ארײן. קײן צװײטן פלאץ האבן מיר נאך דעמאלט נישט געהאט. די לאגע אין װאלד איז מיט יעדן טאג געװארן ערגער. די פאליאקן זענען באפאלן די ײדן און אלץ צוגעראבירט פון זײ. דינסטיק, דעם 6־טן סעפטעמבער, 1942, האבן מיר זיך דערװוסט װעגן דער אויסזידלונג און אז עם זענען פארבליבן אין שטאט נאר 72 ײדן׳ װעלכע די דײטשן האבן איבער־ געלאזט, כדי אויפצורוימען די שטאט, און אויך 28 ײדישע מיליציאנטן.
צומארגנס האבן מיר זיך דערװוסט, אז צװײ קילאמעטער פון כמיעלניק אין זריצע האבן פאליאקן אויף א גרױלעכן אופן דערמארדעט די צװײ ײדישע פאמיליעם טארעק און װאיציקעװיטש. מיר האבן אײנגעזען, אז ס׳איז נישט גענוג צו היטן זיך נאר פאר די דײטשן. זײענדיק נאך אײניקע טעג אין װאלד, האבן מיר געפונען א פאליאק, װעלכער האט אונדז פאר א גוטן פרײז ארײנגענומען אין זײן הויז און דארט אויסבאהאלטן א פאר טעג. דערנאך זענען מיר צוריק אװעק אין שטאט. עם האבן זיך דאן צוריק־ געקערט נאך ײדן, װעלכע האבן אויםגעמיטן די ערשטע אויסזידלונג• סיר װאכן נאך דער ערשטער אויסזידלונג איז פארגעקומען די צוױיטע. אונדז איז געלונגען די אויםזידלונג אויסצומײדן. אין דער זעלבער נאכט האבן מיר צום צוױיטן מאל פארלאזט די שטאט און געלאפן אין װאלד ארײן. מיט מיר זענען געװען ? מײן שװעםטער רחל קלארמאן-גאלדליסט, איר מאן הערשל קלארמאן, מײן ברודער הערשל גאלדליסט און צװײ קוזינען פינחס און אברהם, און אויך איטשע גאלדליסט.
נאך א פאר חדשים זײן באהאלטן האט זיך אונדזער געלט געענדיקט. מיר האבן געהאט סחורות בײ פויערים, װעלבע מיר האבן געקענט אלם ארנטלעכע. אבער װען מיר זענען געקומען עפעם אפנעמען, האבן זײ געזאגט, אז זײ האבן גארנישט און אז מען האט זײ אלץ צוגעגנבעט. אײנצלנע האבן אונדז יא עפעס אפגעגעבן, אבער אויך זײ האבן געהאלטן אין אײן אפשלעפן, זײענדיק זיכער, אז הײנט־מארגן װעלן מײ־ סײװי ארײנפאלן צו די דײטשן אין די הענט ארײן און אזוי ארום װעט אלץ בלײבן בײ זײ. איץ גוי האט אונדז יא געהאט עפעס אפגעגעבן, אבער ארויסגײענדיק פון אים, זענען צוױי שקצים מיט קאםעס אין די הענט אונדז באפאלן און אלץ צוריקגענומען• דער גוי, בײ װעמען מיר זענען געװען באהאלטן׳ האט פון גארנישט געװאלט װיסן, ער האט, פאר זײן אײנשטעלן זיך דאס לעבן, געװאלט גוט גוט באצאלט.
זײענדיק אויף דעם ארט א פיר חדשים, האט דאם דארף זיך דערװוםט יװעגן אונדז. אײן מאל, בײנאכט, זענען טאקע אנגעקומען דער םאלטיס מיט נאך א גוי זוכן ײדן. מיר זענען געװען אין אונדזעד באהעלטעניש און זײ האבן אונדז נישט געפונען. אין דער זעלבער נאכט האבן מיר אבער געמוזט פארלאזן דאס ארט. עם איז געװען װינטער. מײן שװעסטער איז געװען אין אנדערע אומשטענדן. געגעסן האבן מיר דאס פארשימלטע ברויט, װאם מיר האבן נאך געהאט פון דעם גוי, געשלאפן זענען מיר אין די קאפאלניעס פון גיפם׳ װאס האבן זיך אין דער געגנט געפונען. נאך א פאר טעג האבן מיר געפונען א פויער, װעלכער האט אונדז .ארײנגענומען, אויף דעם פלאץ האבן מיר אבער לאנג נישט געקענט זײן און מיר האבן אויםגעזוכט א צװײטן פלאץ• מײן שװעםטעד האט דארט געבוירן א קינד, אבער אין א פאר חדשים שפעטער איז זי צוזאמען מיט איר מאן אומגעקומען. נישט װײט פון אונדז זענען אויף א טראגישן אופן אומגע־ קומען די פאמיליע שפיגעל און איטל װישניצקא און טאכטער (איטל די װײסלעצערין), דורך די דײטשן׳ װעלכע האבן זײ דורך א צופאל געפונען באהאלטן. אין מאי 1943 האט זיך אונדזער לאגע זײער פארערגערט. די פוילישע אונטערגרונט־פארטײ, די אזוי גערופענע נ.ס.ז. (״נאראדאװע שילי זבראינע״) — און די א.ק. (״ארמיא קראיאװא״)׳ האבן אפיציעל געזוכט ײדן און זײ אומגעברענגט.