Original scan
Original memorial-book scan 379
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1000

757 יצחק גאלדליסט — פון בונקער צו בונקער 758 די דאזיקע פארטייען אין במיעלניקער געגנט האבן 90 פראצענט פון די באהאלטענע יידן אומגעבראכט. דעם 29־טן אויגוסט זענען דורך די פוילישע מערדערם אויך מײן שװעםטער און שװאגער אומגעבראכט געװארן. מיט א פאר חדשים פריער איז יחזקאל גאלדליסט אנטלאפן פון סקארזשיםקער לאגער און איז געקומען צו אונדז. עס זענען צו יענער צײט נאך געװען צען ײדן אין כמיעלניק׳ װעלכע האבן געארבעט בײ די דײטשן. קומענדיק צוריק קײן כמיעלניק האט ער זיך אויםבאהאלטן בײ אט די ײדן. מיר זענען צו יענער צײט געװען אין קאנטאקט מיט די ײדן און אזוי ארום איז ער צו אונדז געקומען. אויף דעם ארט האבן מיר נישט געקאנט אלע זײן. דעריבער האבן מיר אויםגעפונען א צוױיט ארט און מיר האבן זיך צעטײלט אויף צװײ גרופן. יחזקאל און פינחס זענען אװעק פון דעם פלאץ. מיר זענען אבער געװען אין שטענדיקן קאנטאקט. דעם 29־טן אויגוסט בײנאכט איז מײן ברודער אװעק אין דארף׳ בכדי אפצונעמען עפעם םחורה בײ די פויערים און גלײכצײטיק געפונען א נײעם פלאץ וױיטער זיך צו באהאלטי׳ װײל דארט׳ װו זײ האבן זיך געפונען איז געדוען געפערלעך צו בלייבן.

passage_afc056d3ed2856917479fc6c
Passage 2normalized OCR · source chars 1002-1275

דאס הויז װו מיר זענען געװען איז געװען אפגעזונדערט פון אנדערע הײזער, צװישן װעלדער. מײן שװעסטער׳ שװאגער און איך זענען געװען אין הויז און געװארט אויף מײן ברודערם צוריקקומען. ארום איז געװען שטיל, עס האט זיך נאר פון צײט צו צײט דערטראגן א בילערײ פון הינט פון די דערװײטערטע הײזער.

passage_f0127d09777d68edee06d307
Passage 3normalized OCR · source chars 1277-2373

נאך האלבער גאכט האט זיך פלוצלינג אנגעהויבן א שטארק בילעריי פון די הינט, א סימן, אז עם גייט עמיצער• מיר זענעז זייבער געװען, אז דאס איז אונדזער ברודער. מיט שטארק־ קלאפעדיקע הערצער זענען מיר צוגאלאפן צום פענצטער. מיטאמאל האבן מיר אבער דערזען, װי עם דערנעגטערן זיך געשטאלטן מיט שנעלע טריט אין אונדזער ריכטונג. אונדזער הונט האט געבילן און נישט דערלאזט די מערדער צום הויז. מײן שװעסטער און שװאגער זענען גלײך ארויף אויפן לײטער׳ װאם האט געפירט צום בוידעם. די טיר איז געװארן אויפ־ געריסן מיט אײן שטויס, װען איך בין געשטאנען אויף די ערשטע טרעפלעך פון לײטער. די ליכט פון רעפלעקטארן האט מיך פארבלענדט. מיט די ביקסן און רעװאלװערן אין די העגט האבן מיך די מערדערם אראפגעשלעפט פון לײטער און געפרעגט וװ די רעשט פון אונדז זענען. איך האב געלײקנט, אז ם׳איז װער דא מיט מיר. זײ האבן ארומגעזוכט דאם הויז, צוזאמענגענומען אלע אונדזערע זאכן און געפאדערט געלט און גאלד װעלן זײ מיך לאזן צורו. זײ האבן ארויס־ געשלעפט די קינדער און די קריסטין פון די בעטן און געשריגן אויף איר הלמאי זי האט ארײנגענומען ײדן צו באהאלטן און װאס פארא פוילישע בירגערין זי איז מיט דעם• זיי קעמפן פאר דער באפרײאונג פון פוילן און זי טוש אויסבאהאלטן ײדן.

passage_89c3b730a83ee96d45a9d494
Passage 4normalized OCR · source chars 2375-3545

אין דעם מאמענט קומט אײנער פון די מערדער צו לויפן און פרעגט זיך מיט כעס װער איז די פרוי, וואם איז געװען דא מיט מיר, װאם איז געלונגעז צו אנטלויפז אוץ דער מאן װאם איז זײ געלונגען צו דערהרגענען• איך האב װידער געלײקנט, אז עם איז װער געװען מיט מיר, זײענדיק זיכער, אז אזוי װי זײ זענען געװען פארנומען מיט מיר, איז מײן שװעםטער און שװאגער געלונגען ארײן אין דער באהעלטעניש׳ װאם מיר האבן געהאט אין שטאל. נאך זיכערער בין איך געװען, אז עם איז נישט אמת, אז ױי האבן װעמען געהרגעט, װײל איך האב נישט געהערט קײן שאם. גישט קענענדיק גארנישט אויספרעםן פון מיר און נישט פון דער גויע, האבן זײ מיט גרוים כעם מיך ארויסגעפירט פון שטוב און געהײםן מיך אויםדרײען צו דער װאנט. אײנער פון די מערדער איז צוריקגעטרעטן א פאר טריט און רעפעטירט די ביקם. עמיצער איז ארויס פון דער שטוב און געגעבן א באפעל אז נישט דא זאל מען מיך שיםן, נאר מען זאל מיך ארויספירן אין פעלד ארײן, װײל מען דארף נישט באשמוצן אפילו א שלעכטן פאליאקס הויז מיט ײדיש בלוט. איך האב נישט געטראכט אין דעם מאמענט װעגן פרובירן זיך ראטעװעז מיט אנטלויפן. װירקלעך איז עס דאד געוועז אוממעגלעך. און נאך — אנטלויפן האט געהײסן פארװונדעט װערן פון די קוילן, װאם די מערדערס װאלטן נאכגעשאסן׳ און פארװונדעט װערן צו יענער צײט װאלט געװען ערגער װי דער טויט.

passage_9bf3473348ec208e87cc952c
Passage 5normalized OCR · source chars 3547-4729

און אט פירן מיך פיר פוילישע מערדערם, װעלכע זעגען געקומען אויספילן א באפעל פון די פוילישע אונטערערדישע נ.ס.ז. און א.ק.־פארטײ. די נאכט איז געװען א ליכטיקע זומער־נאכט מיט א פולער לבנה־שײן. אנגעטאן בין איך געװען אין .א העמד און א פאר העלע הויזן. דער ד׳ויד איז געװען ארומגעצוימט מיט א פארקאן. צוקומענדיק צום טירל פון פארקאן האב איך אנגעהויבן צו לויפן, פארהאקנדיק דאס טירל הינטער זיך. צװישן מיר און די מערדערם איז איצט געשטאנען א צוים. נאך א פאר טריט לויפן בין איך געפאלן׳ איך האב זיך צוריק אויפגעכאפט און װײטער געלאפן׳ אוז װידער געפאלן׳ דאס מאל אין א פעלד פון לובין. דא, אין דעם הויכן גראז בין איך געבליבן ליגן און זיך גישט געגעבן קײן ריר. נאך א קורצער װײלע האבן זיך דערהערט טריט און באלד א באפעל פון אײנעם׳ אז זײ זאלן מיך זוכן אין דעם לובין• מיט פארמאכטע אויגן׳ מיט א קלאפעדיק הארץ האב איך געצײלט די טריט, װאם האבן זיך דערנענטערט. א געשרײ פון פארנט האב איך דערהערטז ״שיס נישט אין מיר״. אין דעם זעלבן מאמענט האב איך דערפילט װי אײנער האט אויפגעטרעטן אויף מײן האנט און א שאם האט דורכגעשניטן די לופט. אײגער פון זײ האט זיך דערבײ אנגערופן, אז זײ דארפן זיך נישט זארגן׳ אויב זײ האבן מיך הײנט נישט געשאםן, װעלן זײ׳ אדער אנדערע עס טוען מארגן. די מערדערס זעגען צוריק אריין אין הויז און צוגענומען

passage_ba72a0c2fe84a272d9d1a3a2