Original scan
Original memorial-book scan 380
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1128

759 פנקם כמיעלניק 760 אלע זאכן׳ דואם האבן באלאנגט צו אונדז און אװעק. געגאנגען זענען זײ אין דער ריכטונג, פון װאנען מײן ברודער האט געזאלט אנקומען. איך האב געציטערט, אז מײן ברודער זאל זײ נישט ארײן גלײך אין די הענט. ארום איז געװארן שטיל, װי עם װאלט גארנישט פאסירט. די גויע איז ארויםגעקומען מיך זוכן. די מערדעדס האבן איר געזאגט, אז אײגער איז דערהרגעט געװארן, זי זאל אים אויפרוימען און מאכן א שװײג. די גויע איז געװען זיכער, אז דאם בין איך, װארעם זי האט געהערט א שאם, נאך דעם װי מען האט מיך ארוים־ געפירט פון הויף. זי האט מיך גערופן, אבער איך האב נישט געענטפערט. איך האב מורא געהאט, טאמער איז נאך װער פון די מערדערם געבליבן און יװארט אויף מײן צוריקקומען. פארטאגס בין איך ארײן אין שטוב. די גויע, זײענדיק זיכעד׳ אז איך בין דערשאסן, האט זיך נישט געקענט גלויבן, אז דאס בין איך, א גאנצער און אפילו נישט פארװונדעט. גלײך בין איך ארויף אויף דעם בוידעם, װאס האט געפירט צו דער באהעלטעניש, זעען מײן שװעסטער און שװאגער. זײ זענען אבער דארט נישט געװען. ארומקוקנדיק זיך האב איך געזען, אז דאם טירל פון בוידעם איז אפן. דאם האט געהײסן, אז זײ זענען אראפגעשפרונגען פון בוידעם און אנטלאפן. אזוי ארום האבן די מערדערם געװוםט, אז א פרוי איז דא געװען•

passage_fc4b5891a715dd3cc383683c
Passage 2normalized OCR · source chars 1130-2290

װען ם׳איז געװארן ליכטיק און די פויערים האבן אנגעהויבן ארויםצוקומען אויף די פעלדער, איז די גויע ארײנגעקומעו און מיר געזאגט, אז מײן שוואגער ליגט א טויטער אין פעלד׳ דורכגעשטאכן מיט א באגנעט דעם האלדז. דעריבער האבן מיר קײן שאם נישט געהערט. עם איז שוין געװען טאג׳ ארום האבן שוין די פויערים געארבעט און נישט װײט פון הויז איז מײן שװאגער הערשל קלארמאן מיט דראנג און האפענונג איבערצולעבן די צײט׳ געפאלן א קרבן דורך די פאליאקן׳ נאך צען חדשים אויס־ באהאלטן זיך פאר די דײטשן. מײן שװעסטער איז געלונגען צו אנטלויפן. װעלנדיק אבער ארײנקומען אין הײז און זעען, װאם עס האט פאסירט מיט אלע׳ האבן זי די פויערים, װאס האבן געארבעט אויף די פעלדער׳ געבאפט און צוגעשטעלט צו די דײטשן. דעם 30־טן ױלי 1943 איז אונדזער אײנציקע שװעסטער׳ רחל קלארמאן׳ פון דער הײם גאלדליסט׳ אומגעקומען פון .א דײטשער קויל. װי איך האב זיך דערװוםט, אז די פויערים האבן געכאפט מײן שװעסטער האב איך גלײך אין מיטן טאג פארלאזט דאם הויז. מײן זײן דא איז דאך געװען באדראט. איך בין ארײן אין װאלד׳ צוגעװארט ביז די נאכט איז צוגעפאלן און זיך געלאזט זוכן מײן ברודער. מײן ברודער איז די זעלבע נאכט נישט צודיקגעקומען׳ וױיל ער האט נאך נישט געהאט דערלעדיקט. ער איז געבליבן בײ א גוי איבער טאג, כדי די צוױיטע גאכט עפעם צו דערלעדיקן•

passage_323ace19c043bdbccbf334a2
Passage 3normalized OCR · source chars 2292-2742

דער גוי, בײ װעמען ער איז געװען, האט אים דערצײלט׳ װאם עם האט פאסירט. ער האט אים אבער נישט געגלויבט. דערזעעגדיק מיך׳ האט ער געזען, אז עם איז אמת און אז מיר האבן שוין נישט נאך װאס צוריקצוגײן דארט׳ װו מיר זענען געװען ביז דאן• מיר זענען אװעק צו א צװײטן פויער׳ בײ װעלכן אוגדזערע צװײ קוזינען זענען געװען באהאלטן. א פאר טעג נאך דעם ערשטן איבערפאל איז מײן ברודער און קוזין אװעק אפנעמען עפעס םחורות׳ און זענען פארבליבן אײף א פאר טעג בײ א צװײטן פויער באהאלטן.

passage_bf2662796e2365f8a070ad4b
Passage 4normalized OCR · source chars 2744-3975

צוױי װאכן נאך דעם ערשטן איבערפאל, דעם 13־טן אויגוםט, זענען װידער די פוילישע מערדער באפאלן דאם הויז, װו מיץ ברודער און קוזין זענען געװען באהאלטן. געשלאפן זענען זײ אין דער סטאדאלע, װאם איז געװען צוזאמען מיט דעם הויז.פלוצלינג האט זײ אויפגעװעקט אי אויפרײם פון דער טיר און געשרײען פון די מערדערס. מײן ברודער און קוזין זענען געשלאפן אין דער הויך אויף דעם שטרוי. בעת די מערדער האבן זײ געזוכט אין הויז, איז זײ געלונגען צו מאכן לעכער אין דעם שטרויענעם דאך און ארוים אויפן דאך. ליגנדיק אויף דעם דאך׳ האט מײן ברודער געהערט װי די מערדערס האבן געפונען זײערע צוױי פאר שיך, און אזוי ארום פארשטאנען׳ אז דא זענען דא צװײ ײדן• פלוצלינג האט מײן ברודער דערהערט .א שיםערײ און א װײ־געשרײ. מײן קוזין פינחס גאלדליםט איז דערשאםן געװארן אויף דעם דאך דורך די רוצחים׳ װאם זענען געשטאנען ארומגעשטעלט ארום דעם הויז. נאכן שיםן זענען זײ ארײן אין דער םטאדאלע, מודיע זײן די אנדערע׳ אז זײ האבן שוין דערהרגעט דעם ײדן. די װעלכע האבן געזען צװײ פאר שיך׳ האבן געזאגט׳ אז זײ דארפן זוכן דעם צװײטן׳ װאס איז נאך דא ערגעץ באהאלטן. אין דעם מאמענט איז מײן ברודער אראפגעשפרונגען פון דאך און אנגעהויבן צו לויפן, די קוילן פון די מערדער זענען אים נאכגעלאפן׳ אבער נישט געטראפן. צוריק־ קומענדיק צו אונדז׳ האט ער דערצײלט׳ װאם עם האט פאםירט. וואם מיר קעגען דערװארטן האבן מיר שוין געװוםט.

passage_0e2d016a31279cf5361fe246
Passage 5normalized OCR · source chars 3977-4606

ערשט בײטאג האבן מיר דערזען, װי זײנע מלבושים און לײב זענען צעריסן פון די שטעכל־דראטן, װאם זענעז געװען ארומגעצוימט ארום דעם הויז׳ װו פינחם גאלדליםט איז דערשאםן געװארן דורך די פוילישע באנדיטן. גאכן אראפשפרונגען פון לויפנדיקן צוג׳ װעלכער האט געפירט ײדן נאך טרעבלינקע און נאכן אויסמײדן און אנטלויפן פון דער כמיעלניקער אויסזידלונג׳ איז ער דװקא געפאלן פון די פוילישע מערדערם׳ צען חדשים גאכן אומקום פון כמיעלניקער ײדנטום. נאך 29 חדשים אױסבאהאלטן זיך פון די דײטשן׳ פוילישע פארטיזאנער׳ און םתם באפעלקערונג׳ אדורכמאכנדיק נאך הונדערטער פארשידענע טראגישע מאמעגטן, זענען מיר דעם 14־טן יאגואר 1945, באפרײט געװארן און ארויס פון דער באהעלטעניש.

passage_ea0fcafe6cb0614184c63f2d