רבקה םאמעטבאנד־מאלי / אױ קאמף פארו לעבן (תל־אביב) פינף א זײגער אין דער פרי. מיר זיצן אין אונדזער הויז, צוגעגרײט מיט די רוקזעק אויף די פלײצעם. די גאנצע משפחה. געשרײען פון דער ײדישער פאליצײ און דײטשער זשאנ־ דארמעריע: אלע ארויס אויף דער טארגאװיצע, שנעלער, ארויס אויף דער טארגאװיצע! מיר גײען ארויס פון אונדזער הויז. עלטערן און קיגדער, מומעס, פעטערס און אויך די אלטע באבע. אין דרויםן זעט מען ײדן מיט טליתים, מיט קיטלען. משפחות האלטן זיך צוזאמען, מען זאל זיך נישט פארלירן. די טארגאװיצע איז שוין פול. 11 טויזנט ײדן אויפן פלאץ. אײנער היט דעם צװײטן, מען זאל שטײן גלײך׳ מען זאל נישט רעדן הויך׳ װען נישט, קען מען דאך מיטן לעבן באצאלן. אט גײט דער האופטמאן, דער רוצח פון דער גאנצער קעלצער וואיע־ װודזטװע. ער זאמלט געלט, גאלד, זילבער. ײדן אויפן פלאץ שמועסן צװישן זיך * — װײםט איר, פארװאס מען געמט צוזאמען דאס געלטי װײל דארט װוהין מען פירט אונדז, גײט גישט אונחער געלט. מען האט נאך אלץ נישט געגלויבט, אז דאס איז דער לעצטער װעג.
פון דער װײטנס זעט מען, אז מען נעמט ארויס מענטשן פון די רײען, מען שטעלט זײ אװעק אין דער זײט און מען לאזט זײ איבער. עס קומט צו אונדזער רײ. דאן װענדט זיך דער לויטענאנט פון דער שטאט צו מײן פאטער, אז אויב ער װיל בלײבן אלם גוטער פאכמאן, קאן ער, אבער נישט מיט דער גאנצער משפחה. די קלענערע קינדער מוז ער אװעקשיקן. מײן פאטער איז אבער נישט מסכים. האט ער מיך צוגעשטויסן צו די פארבליבענע און אויך מײן שװעסטער בלימקע, װעלכע איז שפעטער געפאלן העלדיש אין װאר־ שעװער געטא• עס איז געבליבן אויך מײן ברודער. איך האב נאך געהערט פון דער װײטנס מײן פאטערם לעצטע װערטער : בלײבט איר, זאל זײן כאטש א זכר פון אונדזער משפחה. עס זענען געװען אזעלכע, װעלכע האבן איבערגעלאזט קינדער, כדי זיך צו ראטעװען. די טארגאװיצע שטעלט מיט זיך פאר א שרעקלעך בילד. פיל טויטע׳ עלטערע, קינדער, װער עם װײזט נאר ארויס א פיגק פון לעבן, שיםן די מערדער. אונדז, די 72 ״גליקלעכע״ שטעלט מען אויס אין א רײ און מען הײםט אונדז מארשירן מיט געזאנג. דעם גאנצן װעג פון דער טארגאװיצע ביז צום מארק האט מען מארשירט אויף טויטע. װען מיר זענען געקומען צום מארק, לעבן דעם פוילישן פאסטערונעק, זענען די מערדער געשטאנען אויפן באלקאן און געגעבן א באפעל : זינגען התקװהי.
צומארגנס נאך דער ערשטער אויסזידלונג האבן מיר׳ די .ל7 געבליבענע ײדן געהערט, אז הונדערטער ײדן, פארשטעקטע בײ גוײם׳ און אין די װעלדער װאס זענען אויף פארשידענע אופנים אנטלאפן פון דער אויסזידלונג, װאלגערן זיך אויף די װעגן און זוכן באהעלטענישן.
אויפן הויף פון דער זשאנדארמעריע איז געלעגן טויט בצלאל מאלע׳ װאם איז דערשאסן געװארן דורכן גרויס־ מערדער, דעם נאצי װרעידע. אלע מענער פון די געבליבענע דאט מען צונויפגענומען און זײ האבן אנגעהויבן פארשידענע ארבעטן. אלע טויטע אין שטאט און אויף די װעגן זענען צונויפגעקליבן און געברענגט געװארן צו קבר ישראל. אין א קורצער צײט ארום האבן אנגעהויבן אנקומען אין שטאר מענטשן פון פארשידענע באהעלטענישן. מען האט זײ ארעס־ טירט און אײנגעזעצט אין ״קאזע״. מען האט אײך געברענגט עלטערע מענטשן װעלכע האבן באשלאםן צו בלײבן און נישט גײן מיט דער אויסזידלונג. דוד דאלוס, דעם באקאנטן כמיעלגיקער שנײדער האט מען געפונען אין זײן שטוב מוימ, אנגעטאן אין זײנע ױם־טובדיקע מלבושים. ער האט ליבער געװאלט שטארבן בײ זיך אין דער הײם אײדער צו גײן מיט דער אײםזידלונג. עם זענען ארומגעגאנגען קלאנגען אז אלע ארעםטירטע װעלן דערשאםן װערן, װײל זײ זענען געבליבן אומלעגאל. נאכהער אבער האט מען זיי ארויםגעלאזט מיטן חשבון, אז סײ װי סײ װעלן זײ נישט האבן יװוהין צו אנטלויפן. נאך צװײ טעג האט מען אלע אריבערגעפידט אין משה פאםטערנאקם הויז אויף פורמאנסקע־גאס, װו עס איז געװעזן דער ײדישער געטא. דארט איז געשאפן געװארן א בשותפותדיקע קיך. דער קוכער איז געװארן לײבל סילמאן.
טאג־טעגלעך האט די זשאגדארמעריע מיט דער הילף פון פארבליבענע ײדן געמאכט ליציטאציעם און אויםפארקויפן פון ײדישן האב און גוטם. די פויערים פון די ארומיקע דערפער און פון שטאט האבן געקויפט װאם עם האט זיך געלאזט. די שטאט איז געװעזן פול מיט זײ. אין דער צײט איז אנגעקומען קײן כמיעלניק דער װאך־ פירער פון קעלצער ״האסאג״ (א לאגער פון ארבעטס־ װארשטאטן) און געכאפט ױנגע מענטשן צו דער ארבעט אין לאגער אין קעלץ. עס האבן זיך אויך צוגעשטעלט פרײװיליקע׳ װעלכע האבן געטראבט, אז דאס װעט זײן דער װעג צום לעבן. צװישן זײ איז אויך געװעזן מײן ײנגערער ברודער יקותיאל סאמעטבאנד. איך מיט מײן שװעסטער בלימקע האבן יישמ