763 פנקס כמיעלניק 764 געװאלט גיין אין קעלצער ״האסאג׳/ וױיל בלימקע האט דעמאלט געהאט א קאנטאקט מיט דער װארשעװער אונטער־ גרונט־באװעגונג. אונדזער שטרעבונג איז געװעזן צו קומען קײן װארשע און מיטארבעטן מיט דער געהײמער אינטער־ ערדישער ארגאניזאציע. דערװײל האבן זיך װידער צענויפגעזאמלט און פאררעגיס־ טרירט בערך 500 —600 ײדן. אין נאװעמבער 1942 איז פארגע־ קומען אין כמיעלניק די צװײטע אויסזידלונג. אויף א פרײען פלאץ׳ הינטער משה פאםטערנאקס הויז׳ צו דער זײט פון דער ״קאלײקע׳/ זענען געשטאנען די ציטערדיקע רעשטלעך פון די כמיעלניקער ײדן. ארום זײ — באװאפנטע דײטשע זשאנדארמעריע, נישט װײט פון זײ זענען געשטאנען פיל גוײם, געלאכט און געשפאט. פון די ײדן זעגען װידער אויםגעקליבן געװארן 75 מאן און די רעשט האט מען געשיקט קײן םטאפניץ מיט פערד און װאגנס, װײל דארט האט זיך ערשט געגרײט די אויסזידלונג. בײנאכט זענען פיל פון די אװעקגעשיקטע צוריקגעקומען•
זיי זענען אראפגעשפרונגען פון די וואגנם, צװישן זיי זענען געוועזן עלטערע מענטשן ווי פייגל מאלע און אלטע שאר מיט אירע קינדער. נאך דער צוױיטער אויםזידלונג האבן מיר געלעבט מיטן געדאנק, אז אט, יעדן טאג קומען זײ אן כדי די רעשט ײדן צו ליקװידירן. אין דער צײט איז קײן כמיעלניק אנגעקומען טאסיע אלטמאן פון דער װארשע־ װער אוגטערגרונט־באװעגונג און מיטגענימען מײן שװעםטער בלימקע קײן װארשע. איך בין געבליבן אלײן און נאר געטראכט װי אזוי זיך אריבערצובאקומען קײן װארשע•
אין דעצעמבער 1942 איז פארגעקומען די דריטע אוים־ זידלוגג. די גליקלעכע, װעלכע האבן דעמאלט געדארפט בלײבן, האט די זשאנדארמעריע גענומען צו זיך און די רעשט ארויפגעזעצט אויף װאגנס אװעקצושיקן קיין םאנדאמיעזש (צויזמיר). דער צוזאג איז געװען, אז אין םאנדאמיעזש זעגען ײדן פרײ. איך האב געפילט אז זײ װעלן מיך שוין נישט איבערלאזן. איך האב זיך געװאלט ראטעװען און געזוכט װעגן װי אזוי צו קומען קײן װארשע. איך האב זיך אפגעשמו־ עםט מיט א כמיעלניקער שײגעץ, אן אמאליקער ײדן־פרײנט — דער ״בראמקאזש״ (טויערמאן) פון ײדישן ספארט־קליב ״גװיאזדא׳/ םטאשעק שטשוקעװיטש (טוניא), אז ער זאל מיר צוהעלפן זיך אריבערצובאקומען קײן װארשע. די נאכט פאר דער דריטער אויםזידלונג בין איך בײ אים געװעזן באהאלטן. צומארגנם פרי האט ער מיך געזאלט אריבערפירן קײן װארשע. ער האט זיך אבער בײנאכט איבערגעלײגט, און אין דער פרי מיך אויף א ברוטאלן אופן ארויסגעטריבן פון מײן געװעזענער הײם און פון מיץ בעט, װו איך בין מיץ גאנץ לעבן געשלאפן און האט איצט געהערט צו אים. די לעצמע מיגוט האט ער זיך װידער באקלערט און האט געשאפן א געװיםן גוי, װעלכער האט זיך געזאלט מיט מיר פאר־ איגםערעםירן און מיך פירן קיץ װארשע .יענער גוי האט מיך טאקע געפירט קיץ װארשע. אויפן װעג, הינטער קעלץ האט
דער גוי זיך דורכגעשמועםט מיט א צװײטן גיי און האט געזאגט, אז בײנאכט איז נישט געזונט צו פארן, נאר מיר זאלן איבערנעכטיקן אין א דארף בײ א גוי און אין דער פרי װעלן מיר ממשיך זײן. בײנאכט איז דער צװײטער גוי ארײן און פון מיר צוגערויבט אלץ, װאם איך האב געהאט מיט זיך, מײן גאנץ פארמעגן, און נישט געװאלט מיך פירן װײטער. א רעזיגנירטע האב איך באשלאםן צו פארן צוריק קײן כמיעלניק, װײל איך האב שוין גישט געהאט מיט װאס צו פארן קײן װארשע. א־ן כמיעלניק האב איך זיך ארומגעדרײט אומלעגאל, בײנאכט געשלאפן אויף בוידעמס פון גוײשע הײזער, װעמענס באלע־ באטים האבן נישט געװוסט, אז איך געפין זיך בײ זײ נישט געגעםן און נישט געװאשן זיך, געפרוירן פון קעלט, אזוי האב איך זיך ארומגעדרײט בערך דרײ װאכן. יעדע מינוט געװען אויסגעשטעלט אויפן טויט, װײל אויך אין געטא האב איך נישט געטארט זײן,
די דײטשן האבן געװוסט, אז אין כמיעלניק געפינען זיך נאך באהאלטענע ײדן, האבן זײ ארויסגעלאזט א פלאקאט׳ אז אלע ײדן זאלן זיך מעלדן פרײװיליק און זיך צושטעלן קײן כאנדאמיעזש. טויט־מיד פון װאלגערן זיך, הונגעריק, שמוציק און אונטער א כםדרדיקער טויט־געפאר׳ האב איך באשלאםן צו פארן קײן םאנדאמיעזש. אין דער ״װײנאיט״ בין איך צוגעגאנגען אויפן שידלעװער װעג, צום גוי קרישינםקי, װעלכער האט געפירט די אומלעגאלע ײדן קײן םאנדאמיעזש. אײדער איך בין ארײן צו קרישינסקין האב איך ארײנגעקוקט אין פענצטער און באמערקט, אז אלץ אינעװײניק איז װי געװעזן, א נארמאל לעבן אן דאגות. די גאגצע משפחה זיצט ארום דער ״כאינקע׳/ מען עסט גוטע מאכלים, מען טרינקט, מען זינגט און מען פרײט זיך מיט דער חגא. אין דעם מאמענט האב איך געטראכט װעגן מיץ לעבן, װען מײנע עלטערן האבן נאך געלעבט. װי לאנג איז דען װי איך בין אויך געזעסן בײ מײן פאטער און מוטער, און איצט בין איך אין אזא מצב. איך האב טיף אפגעזיפצט, מיט טרערן אין די אויגן, פארביםן די ליפן און געשװיגן. מיט ציטערנדיקע הענט האב איך געװאגט צו עפענען די טיר. די ליכטיקײט פון צימער מיט די פרײלעכע פארזאמלטע האט נאך מער באלויכטן מײן שמוציק און הונגעריק געזיכט. קרישינםקי האט מיך ארײנגענומען, ער האט שטארק באדויערט, אפגעזיפצט אויף מײן שרעקלעכן אויסזען. נאך א קורצן געשפרעך האט ער מיר צוגעזאגט, אז צומארגנס פרי פארט ער קײן סאנדאמיעזש מיט נאך ײדן׳ װעל איך אויך קענען מיטפארן.
װי מיר שמועםן אזוי קומט ארײן פון צװײטן צימער טאדעק סטראדאװסקי, א זון פון די סטראדאװסקים פון מארק, װאם האבן געהאט א רעסטאראציע. ער הײבט אן מיט מיר צו שמועםן און זאגט, אז קײן סאנדאמיעזש פארט מען צום טויט. ער ראט מיר דעריבער אהין נישט צו פארן און האט צוגעזאגט אריבערצופירן מיך קיץ װארשע. איך האב אים