Original scan
Original memorial-book scan 383
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-50

765 רבקה סאױעטבאנד־מאלי — אין קאמף פארן לעבן 766

passage_bb7d9d43bc5657191959ae5a
Passage 2normalized OCR · source chars 52-1609

נישט געגלױבט׳ װײל איך האב שוין געהאט א ביטערע דערפארוגג. ער האט מיך אבער שטארק צוגערעדט אין איך האב לבסוף מסכים געװען. קרישינםקי האט מיר צוגעגרײט עסן. איך האב געגעםן מיט גרוים אפעטיט׳ נאך פיל טעג הונגערן. 12 א זײגער בײנאכט איז ארײנגעקומען א זון פון די טורקלטויבס׳ װעלכער האט מיך מיטגענומען אין זײן באהעלטעניש. איך האב דארט איבערגענעכטיקט. די באהעל־ טעניש איז געװען בײ דער קריסטלעכער משפחה װאװשטשיק׳ אנטקעגן קרישינסקין. אין דער פרי האב איך געהערט׳ אז מענטשן שטײען בײ די פורן און גרײטן זיך צו פארן מיט קרישינםקין. איך האב נאך אלץ געצװײפלט אין די צוזאגענישן פון טאדעקן און באשלאסן אראפצוגײן און צו פארן מיט די ײדן. װען איך בין אראפ איז אבער די פור שוין געהאט אװעק. א גאנצן טאג בין איך געלעגן אױפן בוידעם. פארנאכט ד׳אב איך באמערקט׳ אז טאדעק געפינט זיך בײ קרישינםקי. איך בין אראפ פון בוידעם און טאדעק האט מיך צוגעפירט צו זײערס א קוזיגקע איבערנעכטיקן. צומארגנם האט ער מיך געדארפט פון דארט נעמען. פארטאג איז טאדעק נישט געקומען. איך האב גענומען א טיכל אויפן קאפ און זיך געלאזט צו די םטראדאװםקים אין מארק. די עלטערן האבן מיך זײער פײן אויפגענומען. דארט האב איך זיך נאך א לאנגער צײט דאם ערשטע מאל ארומגעװאשן און געגעסן װי א מענטש. דער גוי׳ װאם האט געפירט קײן װארשע איז נאך נישט געהאט געקומען. איך האב זיך בײ זײ אויםבאהאלטן עטלעכע טעג. דער ברודער זײערער׳ מאגיעק סטראדאװסקי׳ דער לערער, האט מיר געברענגט א מעטריקע מיטן נאמען םטאניסלאװא פױואנסקא פון דארף םוכאװאלא. א באקאנטער גוי פון די םטראדאװםקיס האט אויסגעארבעט פון דער מעטריקע א ״דאװוד אסאביסטי״ _ ״קען־קארטע״, װעלכע האט מיר געדינט אין װײטערדיקן לעבן. נאך עטלעכע טעג איז דער מענטש געקומען פון װארשע און מיך געפירט מיטן

passage_9aefafb4ace07b526600599c
Passage 3normalized OCR · source chars 1610-2511

רעגירונגם־אויטא קײן קעלץ און פון קעלץ מיטן צוג קײן װארשע. פאר דעם האב איך אים באצאלט סס5 זלאטעם. אויפן װעג האט מיך געטראפן א פאליאק׳ וועלכער האט מיך דערקענט און געפאדערט פון מיר 50 זלאטעס׳ אויב נישט׳ װעט ער מיך אויםגעבן. איך האב אים אזא םומע געגעבן. קײן װארשע בין איך אנגעקומען בײנאכט׳ דעם 30־טן דעצעמבער 1942. דער גוי האט מיך געפירט צו זיך אהײם. דארט האב איך געטראפן ד״ר באלאנאװםקי און גאך כמיעל־ ניקער׳ גתן שװער מיט זײן פרוי ריבטשע דזשארע. דעם צווײטן טאג זענען אהין אגגעקומען: בערל האמער׳ לאה און מאניעק פרײם׳ רוחמה זאלצמאן און מיין שװעםטער בלימקע• אויך אברהם דזשארע און רבקה ניסנגארטן. זײ זענעז אלע געװעזן אין געטא װארשע. דעם צװײטן טאג האט דער גוי מיר געגעבן אגצוהערן׳ אז ער האט דערפילט זיץ פליכט און מער קען ער מיך נישט האלטן. איך האב זיך דערמאנט׳ אז איך האב אין כמיעלניק באקומען אן אדרעם צו א װארשעװער שנײדער. איך האב אים געבעטן׳ און ער האט מיד אװעק־ געפירט צום קריסטלעכן שנײדער אויף זשאליבאזש.

passage_2efe12d6d553a18a0dd8daf5
Passage 4normalized OCR · source chars 2513-4132

דארט האב איך שוין געמוזט אנגײן אלם קריםטין. דורכ־ גײענדיק די גאםן׳ האב איך געזען װי מעגטשן פרײען זיך מיטן גײעם יאר• עס איז פונקט געװען ״נאװי ראק״ און איך דרײ זיך ארום װי א הונט אויף דער גאס׳ גישט האבנדיק אפילו א בוידעם װו צו שלאפן. קומענדיק אויפן אירעם׳ האט זיך ארויסגעװיזן׳ אז דער מאן איז נישט קײן שנײדער׳ נאר ער .ארבעט אין א רעסטאראן. איך האב זיך פאר איפ פארגעשטעלט און געזאגט, אז איך האב באקומען א באפעל צי פארן קײן דײטשלאנד׳ װיל איך בעםער ארבעטן אין פוילן בײ וואס פארא ארבעט עם איז נאר פאראן׳ אנשטאט צו ארבעטן בײ די דײטשן. זײן פרוי האט מיך רעקאמענדירט צו א שנײדער אויף זלאטע־גאם. איר ברודער האט מיך אהין אפגעפירט. מען האט מיר דארט זײער פײן אויפגענומען׳ ער האט אבער פאר מיר נישט געהאט קײן ארבעט׳ וױיל עם איז געװעזן גאכן סעזאן. איך האב אים געגעבן צו פארשטײן׳ אז איך בין גרײט צו מאכן יעדע ארבעט׳ אבי נישט ברויכן צוריקפארן קײן כמיעלניק. ער האט זיך דערמאנט אין זײנס א קליענטקע׳ װעלכע דארף האבן א שטוב־מײדל. ער האט גלײך אנגעקלונגען צו איר אבער מען האט אים גישט געענטפערט. איך האב צוגעװארט עטלעכע שעה און ער האט נאך א מאל געקלונגען. דאן איז שוין די משפחה געװעזן אין דער הײם. ער האט מיך צוגעפירט אויף קרוטשע־גאס. איך בין ארײן אין אן עלעגאנטער װוינונג. זיך אװעקגעזעצט און דער באלעבאס האט מיך געפרעגט׳ זיצנדיק אין פאטעלו ״װי הײםטו׳ מײן קינד?״ — ״םטאשיא״ — האב איך געענטפערט. די פרוי האט זיך געפרעגט צי איך קען קאכז. איך האב איר געזאגט׳ אז איך קען אלץ. דער שנײדער האט איר געזאגט׳ אז ער קען מיך׳ איך בין פון זײן שטאט און אז איך בין אן ארנטלעך מײדל. די פרוי האט מיך ארײנגעפירט און אנגעװיזן אויף א רײן בעט. איך האב זיך ארומגעװאשן אין באד־צימער׳ זיך רײן־אנגעטאן דאם װאם די פרוי האמ מיר געגעבן׳ און זיך געלײגט שלאפן. איך בין געװעזן

passage_0dbb54cba4a62a668d0afab9
Passage 5normalized OCR · source chars 4133-4804

גליקלעך׳ אז גאך חדשים זיך ארומװאלגערן בין איך ענדלעך אויף א מענטשלעך געלעגער. צומארגנס׳ אנהויב יאנואר׳ 1943, האט זי מיך געפירט אין קלויםטער און מיר געזאגט׳ אז יעדע װאך דארף איך דא קומען. דער מאן האט געארבעט אין װאשילעװסקים פאבריק און די פרוי האט געהאט א געשעפט פון שרײב־געצײג. זײ פלעגן אװעקגײן אויף א גאנצן טאג און איך האב געדארפט היטן די שטוב׳ קײנעם נישט ארײנלאזן׳ היטן פון גניבות. מײן געטרײער חבר אין שטוב איז געװעזן א קלײן הינטל׳ ״זיאלי״. דרײ מאל אין טאג האב איך געדארפט מיט אים שפאצירן׳ קײן קינדער האבן זײ נישט געהאט. דעם צװײטן זונטיק׳ גײענדיק אין קלויםטער׳ האב איך אויםגעדרײט מײן װעג אויף אן אדרעם׳ װאם איך האב געהאט פון טאםיא אלטמאן אויף טשערניאקאװ —יאדלאװער גאס.

passage_ecb3bd8de0cc147b2420cb2d