Original scan
Original memorial-book scan 384
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-33

767 פנקככמיעלניק 768

passage_b2f589019acf2148204c893e
Passage 2normalized OCR · source chars 35-1604

דארט איז געװעזן א גרופע פון ״השומר הצעיר״׳ .א פלאצוװקע פון אוגטערגרונט. אויפן װעג׳ האב איך געטראפן װיגא װישינסקי׳ װעלכער איז תמיד געשיקט געװארן פון װארשע־ װער אוגטערגרונט קײן כמיעלניק און בײ אונדז געשלאפן. ער האט מיך צוגעפירט צום פלאץ. טאםיע אלטמאן האב איר שוין נישט געטראפן׳ גאר אנדערע צװײ מײדלעך. זײ האבן מיר געזאגט׳ אז די פלאצװוקע עקזיםטירט שוין נישט מער. דא האט אױך געארבעט מײן שװעפטער בלימקע און איצט זענען אלע אריבער אין געטא׳ כדי מיטצוארבעטן מיט די אויפשטענדלער. זײ האבן מיר געזאגט׳ אז אויב איך האב א פלאץ אויף דער ארישער זײט׳ דארף איך בלײבן■ װײל דאם װעט שפעטער צוניץ קומען. איך האב זײ איבערגעלאזט מײן אדרעס און זײ געבעטן איבערצוגעבן מײן שװעסטער׳ לי זאל צו מיר קומען. אנשטאט אין קלויסטער בין איך יעדן זונטיק געקומען אויף דעם ארט און זײ האבן מיך פארבונדן מיטן געטא. איך האב געשריבן ברױו קײן כמיעלניק צו די סטראדאװסקים׳ כאילו איך שרײב צו מײנע עלטערן און זײ האבן מיר געענטפערט װי עלטערן אויפן נאמען פון די פיװאנסקים. נאך א חודש צײט איז צו מיר געקומען א כמיעלניקער שײגעץ׳ דער זון פון אםאק׳ פון דער בודקע מיט נאך א חבר א קריסט און מיר געזאגט׳ אז בײ אים געפינכ זיך מײטע מיאדאװניק. זײ האבן געװאלט אז איך זאל מיטגײן מיט זײ׳ נאר מײנע באלעבאטים האבן נישט דערלויבט צו גײן מיט מענער. זײ האבן געטענהט׳ אז איך האב נישט קײן ארבעטם־קארטע און מען קאן מיך נעמען קײן דײטשלאנד אויף ארבעט. אין א צײט שפעטער איז מײטע געקומען צו מיר. מיר האבן באשטימט זיך כסדר צו טרעפן׳ עש איז אונדז אבער גישט געלונגען. פון מײטען האבן מײן אדרעם באקומען מרימ קאליש און איר מאן בן־צױן בלאנק׳ װעלכע האבן זיך באהאלטן אין װארשע. זײ זענען צו מיר געקומען. מרים האט געארבעט אויף .אזא ארט װי איך. אירע באלעבאטים

passage_d4661895ff6f84a4bcc1dc4a
Passage 3normalized OCR · source chars 1605-2695

זעגען געװויער געװארן׳ אז זי איז א ײדישע׳ האבן זײ זי ארויסגעװארפן. פון דאן פלעגט זי זיצן בײ מיר גאנצע טעג׳ וױיל איך בין געװעזן אלײן. זײ האבן בײ מיר פארבראכט גאנצע טעג׳ געגעסן און זיך אפגערוט. װען מײנע באלעבאט״ם האבן געקלונגען דורך דער פראנטאװער טיר׳ זענען זײ אװעק דורך דעם קוך־ארײנגאנג. די באלעבאטים האבן צו מיר געהאט דעם פולן צוטרוי. זײ האבן מיר געלאזט דאס גאנצע רײכטום׳ זײענדיק זיכער׳ אז קײנער קומט גישט צו מיר. שפעטער האט מיך דער באלעבאס רעקאמענדירט אויף ארבעט צו זײנס א םעקרע־ טארקע׳ װו איך האב געזאלט צוהעלפן אין דער באלעבאטיש־ קײט. קײן פרעמדע האבן זײ נישט געװאלט און איך בין שוין געװעזן אן אײגענע. זײ האבן מיר אויםגעארבעט אן ארבעטס־ קארטע׳ מען זאל מיך נישט כאפן אויף .ארבעט קײן דײטש־ לאנד. מרים קאליש האט דערװײל באקומען א צװײטן פאסטן און אויך בן־צױן האט באקומען א פאסטן בײ א .אלטן פראפעסאר אלס גערטנער. מיר האבן זיך װידער געטראפן. בן־צױן איז אבער געװען שטארק פארצװײפלט. ער האט געזאגט׳ אז עם דאכט זיך אים אוים׳ אז מען פארדעכטיקט אים אלס ײד. אזוי איז עס װירקלעך געװעזן. איך האב צו זײ געקלונגען׳ האט מען מיר געענטפערט׳ אז זײ געפינען זיך אין דער זשאנדארמעריע. מער האב איך זײ נישט געזען.

passage_1eba7918fecf9c9e1ecdacee
Passage 4normalized OCR · source chars 2697-3767

איך בין נאך אלץ יעדן זונטיק געגאנגען צו דער חברה פון השומר הצעיר׳ אנשטאט אין קלויסטער. דעם 11־טן אפריל איז מײן שװעסטער בלימקע געקומען צו מיר פון געטא. בײ מיר האב איך זי פארגעשטעלט אלס חברטע. עם איז מיר געװעזן זײער שװער. איך האב געװאלט װירקן אויף איר׳ זי זאל בלײבן. איך האב שוין געהאט אפגעשמועסט מיט מײנע בלומה סמטבנד נולדה בשנת 1921 בחודש ױלי בחמילניק׳ בת שרה ושמואל סמטבנד. התחננה בבי״ם עממי פולני. בגמרה בי״ס נכנסה לתנועת ״השומר־הצעיר״ בעיר והיתה מהפעילות בױתר. עם הכבוש הנאצי המשיכה במחתרת בפעולות הםברה נגד הנאצים. עם התחלת הגירושים והשמדת היהורים התחילה המחתרת בװרשה בפעולות רחבות ױתר. בשנת 1942 הגיעו לחמילניק מפקד המרד בגיטו װרשה מרדכי אנילביץ וטוםיה בלומקע סאמעםכאנד׳ הי״ד אלטמן. הם הדװ דרך לפעילות מחתרתית. טוסיה אליטמן בחרה בבלומה סמטבנד כאחת הלוחמת במרד בגיטו שעתיד לפרוץ. אהרי הגירוש השני בחמילניק עברה בלומה לגיטו װרשה והצטרפה ללוחמי הגיטו. שם מילאה תפקיד חשוב בתור מקשרת בין קבוצות .הלוחמים ומספר פעמים עברה לצד הארי לשם בצוע תפקידים קרבײם. עם חםולו של המרד נפלה יחד עם לוחמים אחרים בתוך תעלות הבױב שבהן הגרמנים הכניסו גזים. נפלה במאי 1943. כבוד לזכרה.

passage_9f5fa4aae51124ff7d2e3ae2