769 רבקה סאמעטבאנד־מאלי — אין קאמף פארן לעבן 770 באלעבאטים און איך האב זײ געגעבן צו פארשטיץ׳ אז זי האט באקומען א באפעל זיך צוצושטעלן אויף ארבעט קײן דײטשלאנד. זײ האבן פאר איר אויך א פאםטן באזארגט. איך מוז אונטערשטרײכן, אז נישט גענוג איז געװעזן דעמאלט צו האבן ארישע פאפירן, מען האט אויך געמוזט האבן אן ארבעטם־ פלאץ. אין קעגנפאל האט מען געקאנט גרינג ארײנפאלן. זי האט אבער נישט געװאלט בלײבן, זי האט מיר געזאגט אירע לעצטע ווערטער: — מיר זענען גרײט צום קאמף, דער אויפשטאנד אין געטא װעט אויםברעכן די נאענטםטע טעג. איך האב שוין מײן פאםטן דארט אין געטא און איך װעל נישט פארראטן׳ טראץ דעם װאס איך װײם׳ אז דאס באדײט טויט• איך האב זיך געבעטן מיט איר מיטצוגײן׳ זי איז אבעד געװעזן קעגן דעם. זי האט געזאגט ־ בלײב באטש דוז
דעם 19־טן אפריל 1943 קומט ארויף צו אונדז א חברמע פון מײן באלעבאםטע. איך הער װי זײ רעדן צװישן זיך: עפ איז װידער ״קריג״. איך האב באלד פארשטאגען׳ אז דאס מײנט מען דעם געטא־אויפשטאנד. װען יענע איז אװעק׳ האב איך געפרעגט, װאס איז געשען׳ האט מען מיר געענטפערט : ,אן אויפשטאנד אין געטא״ דאם ערשטע מאל האב איו געהערט פון מײן באלעבאסטע א מײנונג װעגן ײדן : ״א שאד װאם זײ האבן דאס נישט געמאכט, װען זײ זענען געװען א גרויםע מאםע׳ נאר איצט׳ װען זײ זענען שוין .א קלײן הײפל״• איך האב אויף דעם נישט געענטפערט׳ בכדי נישט ארויפ־ צורופן א פארדאכט. אין אװנט בין איך געגאנגען מיטן הונט שפאצירן. מען האט געהערט אויפרײסן׳ שיםערײען׳ פלאמען־ פײער האט מען געזען אין דער זײט פון געטא, דער רויך האט געשטיקט, פונקט װי גאנץ װארשע װאלט געברענט. איך האב אין מיר געשטיקט דעם װײטיק, זיך געפרוװט באהערשן, געװישט די טרערן׳ זיך באמיט׳ אז מען זאל׳ חלילה׳ גישט באמערקן מײן טרויעריקע שטימונג. טראץ אלעם, גלײך גאכן ארויפקומען אין שטוב, האט מײן באלע־ באם באמערקט אן ענדערונג אויף מיר: ״סטאשיא, דו איבערנעמםט זיך מיטן גורל פון די ײדן ?״. ער האט אפשר גארנישט געמײגט׳ אבער איך האב שוין איבערגעקלערמ. אפשר װײסט ער שוין װער איך בין י װען יא׳ װאלט ער מיך קײן אײן מינוט נישט געהאלטן.
דעם ערשטן טאג פס.־ז 1943, אנשטאט צו גײן אין קלויסטער בין איך אראפגעגאנגען צום געטא. איך קרק און דאם הארץ פלאצט מיר. איך שטײ אויף דער צװײטער זײמ פון דער מויער בײם קלײנעם געטא אויף דער זשעלאזנא־גאס. דארט האט נאך נישט געברענט. ארום שטײען גויימ, לאכן און וויצלען זיך. איך זוך, טאמער געפיגט זיך נאד אײנע ׳ווי איי׳ אבער אומזיסט. צום קלײנעם געטא פארן א גאנצע ריי געפאנצערטע אויטאם, פול מיט נאצים אין פולער אוים שטאטונג װי אויפן פראנט. מיטן ערשטן ארײנפאר פאלן פון זײ הונדערטער טויטע. דאס הארץ װאקםט. אפשר װעלן די לעצטע ײדישע גבורים זײ צעברעכן. ליידער װײס איך דעם גרויםן כוח פון די דײטשן און גײ אהײם מיט א צעבראכן הארץ. איך בין געגאנגען צום געטא מיטן ציל׳ אפשר װעל איך זיך קאנען פאראײניקן מיט די קעמפער און מיט מײן טײערער שװעסטער. דאס איז אבער שוין געװעזן איממעגלעך. מײן בלימקען האב איך שוין מער נישט געזען.
דעם 15־טן מאי 1943 האב איך געטוישט מײן ארבעטם־ פלאץ• איך האב אנגעהויבן ארבעטן בײ דער םעקרעטאריו פון מײן באלעבאם. געהײסן האט זי סאלעצקא. זי איז געװעזן די פרוי פון א פוילישן פארמלחמהדיקן גענעראל. דער מאן איז געפאלן, האט זי געארבעט און אויסגעהאלטן אײן אײנציקע טאכטער און אן אלטער מוטער. דאס איז געװעזן א משפחה פון דער העכסטער פוילישער אינטעליגענץ׳ קרובים פון געװעזענעם פרעמיער םקלאדקאװסקי. זײ האבן זיך צו מיר זײער גוט באצויגן. די טאכטער איז געװעזן אין מײן עלטער. זי האט זיך מיט מיר געהאלטן װי .א חברטע. איך האב דארט זײער פיל געלעזן און יעדן זונטיק געגאנגען אין קלויסטער. דאס גאנצע הויז איז געװעזן באװוינט מיט געװעזענע פוילישע גענעראלן•
ענדע מאי זענען צו מיר געקומען דרײ מײדלעך. זײ האבן נישט געהאט קײן צורה פון קײן ײדן. זײ האבן גאך געהאט דעם אדרעם פון פארן אויפשטאנד. מען האט זײ געשיקט צו מיר. זײ האבן זיך געפונען אין הענריקאװ הינטער װארשע אין א יתומים־הויז אויך אלס קריםטינס. זײ זענען מיר געקומען מודיע זײן׳ אז אין האטעל פאלסקי אויף דלוגע־גאם פארשרײבט מען ײדן צו פארן קײן ארץ־ישראל און אויך קײן אמעריקע. דאס טוען די דײטשן אפיציעל דערלײדיקן. די דײטשן האבן געװוםט׳ אז אין װארשע געפינען זיך פיל ײדז אויף ארישע פאפירן און אויף אזא אופן האבן זײ געװאלט ארויםנארן די ײדן און זײ אומברענגען. עם האבן זיך געמאלדן טויזנטער ײדן. אויך איך האב זיך געמאלדן. זונטיק, אנשטאט צו גײן אין קלויסטער בין איך געגאנגען אין ״האטעל פאלםקי״. איך בין דארט .אהינגעקומען׳ האב איך געזען פיל ײדן מיט קינדער און פרויען. עס איז מיר געװארן לייכטער אויפן הארץ. איך בין געװעזן גליקלעך׳ אז איך טרעף זיך װידער מיט ײדן. אזוי לאנג שוין גישט געזען קײן יידן. די פאי־ זאמלטע זענען געװעזן גליקלעך. די ױנגע מײדלעך האבן געזונגען און געטאנצט. עס האט זיך נישט געגלוסט אװעק פון דארטן. מען האט מיר צוגעזאגט׳ אז מארגן װעט מען מיר אויך אננעמען. די מיידלעך האט מען באלד דערלעדיקט׳ װײל זײ זענען געװעזן פון דער קאמפם־גרופע אין געטא. מען האט מיר געזאגט׳ אז צומארגנם זאל איך קלינגען• איך בין זײ מקנא געװעזן׳ אז זײ קאנען שוין בלײבן. דעם אנדערן טאג האב איך געקלונגען׳ האט מען מיר געענטפערט׳ אז זײ זענען שוין אלע אין פאװיאק. נאכן קריג האב איך זיך דערוװםט׳ אז די דײטשן האבן זײ אלע דערטרונקען.
שפעטער, אין חודש ױלי׳ האב איך געטראפן א געװיסל ײדישן בחור׳ װאס פלעגט צו מיר קומען מיט מײן שװעםטער בלימקע. ער האט מיר איבערגעגעבן׳ .אז צוזאמען מיט