מרים מיאדאװניק־רײו / אױף דער ארישער זײט (תל־אביב) איד װיל דערצײלן װעגן מײן שמערן קאמף אויף דער ארישער זײט. דאם איז מיר שטארק אײנגעקריצט אין זכרון. אין מײן שטעטל כמיעלניק האב איך מײנע גאנצע קינדער־ יארן געלעבט. איך בין אויםגעװאקסן אן א פאטער, האב איך שטארק ליב געהאט מײן מוטער און מײנע צװײ עלטערע ברידער פון מיר. איך בין םפעציעל שטאלץ געװען מיט מײן אלטן זײדן. איך געדענק װי הײנט װען מײן מוטער האט מיך ערגעץ געשיקט עפעם דערלעדיקן, האב איך שטענדיק, אויף דער פראגע : ״װער ביםטו, מײדעלע ?״ מיט שטאלץ געענט־ פערט : ״הענעך מיאדאװניקס אײניקלד מײן עלטערער ברודער שרגא טײער איז געװען װײניק באקאנט אין שטעטל, װײל ער האט געװוינט אין װארשע. דאקעגן מײן ײנגערער ברודער ,ישראל טײער, א השומר־הצעירניק, איז גוט באקאנט געװען צװישן דער יוגנט. איך בין פיל ײנגער געװען פון מײן ברודער ישראל טײער. יארן זענען געלאפן. מײן עלטערער ברודער מאט געהײראט און גליקלעך, צופרידן געלעבט אין װארשע. אויך מיץ ײנגערער ברודער האט געהײראט און גליקלעך געלעבט מיט זײן פרוי און קינד אין קיעלץ. איך און מײן מוטער האבן זײער אפט באזוכט מײן ברודער, װײל מיר זענען שטארק געװען צוגעבונדן צו דעם אײן און אײנציקן אײניקל אין אונדזער משפחד״ װאם האט געהײםן נאכן זײדן הענעך.
זומער 1942. קײן כמיעלניק קומען אן אפקלאנגען װעגן די גרויםע אויםזידלונגען פון ײדן אין פארשידענע ערטער. אויף דעם לעצטן לעבנסמיטל־פעקל, װאם מיר האבן געשיקט מײז ברודער קיץ װארשע, האבן מיר שוין קײן ענטפער נישט באקומען. מײן מאמע גײט און ברעכט די הענט : ״װער װײםט צי מען האט שוין גישט מײן קינד אומגעברענגט״. די ידיעות פון װארשעװער געטא זענען יעדן טאג געװארן טרויעריקער. קריםטלעכע שמוגלערס, װעלכע האבן בײ אונדז געקויפט פוטער און אײער און .אריבערגעפירט קײן װארשע, האבן געהאלטן אין איץ ברעניען פינצטערע בשורות. צװישן מײנע קריםטלעכע קונים האט זיך געפונען אײנע׳ װאם האט מיך שטארק ליב געהאט. יעדער כמיעלניקער געדענקט אװדאי שיראגע פיאק פון זריצע. ער האט קאפלענע אויוונס געמאכט און תמיד געשיכורט. אט דער שיכור האט געהאט א טאכטער פון עטלעכע צװאנציק יאר, מיכאלינא, פארקירצט האב איך זי גערופן ״מיטשא׳/ אט די מיטשא װאם האט געשטאמט םון אזא פראסטער היים, האט אבעי געהאט זײער א גוטן כאראקטער. זי האט נישט געקענט צוקוקן צום גרויםן פיץ םון ײדן און מיר אסט געפרעגט,
װאם איך קלער צו טאן. איך האב געפילט אז זי איז מיר איבערגעגעבן און װיל מיר העלפן. ״עס איז מיר אזא שאד, דו זאלםט גײן אויפן טויט, דו ביסט דאך אזוי ױנג ;״ — זאגט זי צו מיר אײנמאל. איך האב זי דאן א פרעג געטאן — ״זאג מיר מיטשא, װען איך גײ אויף פוילישע פאפירן, העלפסטו מיר?״ זי האט זיך פארטראכט און נאך א װײלע געענטפערט אז יא, זי איז גרײט מיר צו העלפן אויף װיפל זי װעט קענען. הײםע זומער־טעג פון 1942. אין די קלײנע צימערלעך פון געטא איז דושנע. ארויסגײן פון הויז, כאפן א ביםל פרישע לופט איז נישט דערלויבט. ײדן מעגן זיך באװעגן בלויז ביז 7 אװנט. שכנים נעמען זיך צוזאמען אויפן הויף. מיר הערן שוין, אז די אויסזידלונג װארפט זיך איבער פון שטאט צו שטאט. אט, אט — זאגט מען — קומט שוין אונדזער רײ. מײן מוטער הײבט אן מיט אונדז אײנצוטענהן, דאם הײסט : מיט מיר, מיץ ברודער און זײן פאמיליע, װאם האבן פארלאזט קיעלץ בײם שליסן דעם קיעלצער געטא און געקומען זײן צוזאמען מיט אונדז. מײן מוטער פארלאגגט פון אונדז מיר זאלן זיך זען צו ראטעװען : — איך — זאגט זי — האב שוין נישט קײן כוח דערצו. איך מיט מײן שװעגערין, ישראל טײערם פרוי, האבן טאקע באשלאסן דעמאלט אנװענדן אלע מיטלען אויםצוארבעטן פוילישע פאפירן און זיך לאזן אויף דער ״ארישער זײט״. זאל זײן אין ויאלד און פעלד, אבי נישט לאזן זיך אװעקפירן דורך די רוצחים.
איך האב זיך פארבונדן מיט הער שלױוינםקי, װעמענם פאטער האט אין מארק געהאט א רעסטאראן, אונדזערם א קונה. איך האב אים געבעטן, ער זאל מיר העלפן, נאטירלעך, פאר באלוינונג, .ארויסצובאקומען פוילישע דאקומענטן פון געשטארבענע ״שיקםעס״, פאר מיר און פאר מײן שװעגערין מיט איר קינד. מײן ברודער, ישראל, האט בײ קײן פאל נישט געװאלט גײן אויף אונדזער אויםגעקליבענעם װעג. ער האט געטענהט, אז ער גיט זיך צו דעם נישט אײן. מיץ מוטער זאגט : װאם װעט זײן מיט אלע ײדן, װעט אויך זיץ מיט מיר. עם גײט אװעק אביםל צײט און שלױוינםקי ברעגגט מיר מײנע נײע דאקומענטן. איך אלם מאריא װיםלא און מײן שװעגערין אלם העלענא מאיעװםקא. דער זומער גײט פארבײ, עם קומט אן דער הארבסט, די ימים־טובים. אבער קײנער פרײט זיך נישט מיט די הײליקע טעג. בײ יעדן אין הארץ איז כסדר ױם־כיפור. אט הערט מען שוין װי מען האט אוים־