775 פנקם כמיעלניק 776 געזידלט כמעט אלע קיעלצער ײדן, געבליבן איז בלויז א קלײנע צאל ױגנטלעבע, קאנצעגטרירט אין באראקן אויף אײן פלאץ אונטער א שטרענגער אויפזיכט פון דײטשן. אונדז פאלט אײן א געדאנק, מײן ברודער ישראל אײנצוארדענען אויף דעם ארבעטס־פלאץ. דאם איז נישט געװען אזוי לײכט דורכצופירן. אונדזער הויז איז געװען בײם שאסײ אויף דעם שידלעװער װעג, פונקט אנטקעגן דער ״טומאד,״. דאס איז נאך געװען בעת אונדזער געשעפט האט פראספערירט אונטערן נאמען ״שוסטער־צוגאבן״. דאס האבן מיר געהאט אויפן שילד און אויך אויפן פאטענט, װארעם דאס זענען נאך געװען די אײנציקע ארטיקלען מיט װעלכע די דײטשן האבן דערלויבט ײדן צו האנדלען. אין געשעפט האבן מיר אויך געהאט פארשידענע אנדערע ארטיקלען, נישט לעגאל.
מאכט זיך .א מעשה, אײן מאל, שבת־צונאכטס, צװישן 12 און 1 א זײגער בײנאכט, קלאפט מען בײ אונדז. איך און מײן מוטער האבן זיך שטארק דערשראקן. מיר עפענען די טיר און עם קומען ארײן געסטאפא־לײט, פירן אדורך א שטרענגע רעװיזיע, טרעפן פארשידענע סחורות, װעלכע דארפן גישט זײן בײ ײדן, געמען מיט זיך אלץ מיט, רעקװירירן אםך קעםטלעך מיט אײער, און לאזן איבער א באפעל, אז מיר זאלן צומארגנס דאם אלץ איבערגעבן צו דער כמיעלניקער זשאנדארמעריע. מיר האבן אלץ טאקע געטאן לויטן באפעל, פונדעםטװעגן האט אונדז נאך געדראט א משפט. מײן מוטער האט זיך שטארק איבערגענומען. אין יענעם מאמענט איז דאס געװען א גרויס אומגליק. שפעטער האט זיך אבער ארויםגעװיזן, אז אין דעם אומגליק איז געװען א ביםל גליק, װײל מיר האבן אין צװישנצײט באקענט די כמיעלניקער זשאנדארמעריע. מײן שװעגערין האט, בכן, גענומען א שײנע מתנה פון גאלד און געבעטן בײ דער ארטיקער זשאנדארמעריע, זײ זאלן פועלן בײ דער קיעלצער אנפירערשאפט, מען זאל איר מאן לעגאליזירן אין קיעלצער ״האםאג״.
אזוי האבן מיר דערגרײכט אונדזער ציל. מײן אײנציקער ברודער ישראל טײער איז שוין אין קעלצער ״האסאג״. אין יענעם מאמענט זענען מיר געװען צופרידן דערמיט. זײנע לעצטע װערטער בײם געזעגענען זיך זענען מיר שטארק געבליבן אין זכרון * — ״דו גײםט — זאגט ער — אויף פוילישע פאפירן, זײ־זשע פארזיכטיק, האב װײניק צוטרוי צו די פאליאקן״. איך, מײן מוטער, און מײן שװעגערין מיטן קינד זענען געבליבן אין שטוב ביז דער אויסזידלונג. איך געדענק װי הײנט ־ א שכנטע אונדזערע קומט פון שטאט און דערצײלט, אז עם זענען שוין דא באקאנטמאכונגען אין גאס, אז אויף מארגן פארטאג מוז די גאנצע ײדישע באפעלקערונג זיך שטעלן אויף דער כמיעלניקער ״טארגאװיצע״. פון דארט זאל מען זי אפשיקן מיט דער אויסזידלונג, און װער עם װעט זיך אנטקעגנשטעלן, װעט דערשאםן װערן אויפן ארט. די
געשװיםטער פון מײן מוטערס זײט קאנצענטרירן זיך בײ אונדז אין שטוב, די געװײנען און געשרײען זענען דערגאנגען ביז צום הימל. מײן שװעגערין נעמט איר אײנציק ײנגעלע, טוט זיך איבער אלם קריםטין און גײט אין דער װעלט, װוהין די אויגן װעלן זי טראגן. איך בין נאך דעם גאנצן טאג געבליבן אין דער הײם ביז פארנאכט. איך געדענק יענעם טרויעריקן פארנאכט, א קלײנער רעגן איז געגאנגען. מען דערצײלט, אז די װעגן זענען ארומגערינגלט. איך נעם בײ א שכנטע א קײשל מיט א ״קאמאםקע״, איך טו זיך איבער פאר א דארפישער שיקםע, װאס גײט כלומרשט פון פעלד נאך א טאג ״קאפאניע״ פון קארטאפל, װײל עם איז געװען די צײט פון קארטאפל־קאפען. מײן ארויםגײן פון דער שטוב, מײן געזעגענען זיך מיט דער מוטער, דאם קען איך ניט באשרײבן. איך האב מײן מוטער געזעגנט אויף אײביק. מער האב איך זי שוין נישט געזען.
און אזױ מיט מײן קײשל און ״קומאםקע״ אין האנט האב איך מײן שטעטל כמיעלניק פארלאזט. אין מײן ערשטער װאנדער־נאכט בין איך אנגעקומען צו די סקאלעס, א מידע, פארמאטערטע פון א גאנצן טאג װײנען. קעגנאיבער די םקאלעם זענען געשטאנען דרײ הײזקעס. דארט האבן געװוינט באקאגטע פויערים, װעלכע פלעגן ביי אונדז קויפן. אײנער פון זײ האט מיר דערלויבט איבערצונעכטיקן אויפן בוידעם. ליגנדיק דארט אין דער פרי האב איך געהערט די שיסערײען אין שטאט. דאס איז געװען נישט װײט פון דער כמיעלגיקער ״טארגאװיצע״. מיט א מאל - מײן פויערטע קומט צו מיר אויפן בוידעם און פאדערט איך זאל איר הויז פארלאזן, װײל קעגנאיבער, אין די סקאלעס, האט מען געטראפן ײדן װעלכע האבן זיך אויםבאהאלטן און מען האט זײ אויפן ארט געשאסן. אויך — זאגט זי מיר — שיםט מען קריםטן, װעלכע באהאלטן אוים ײדן, װיל זי נישט פאר מיר אײנשטעלן איר משפחה. נאך לאנג בעטן האט זי מיר דערלויבט צו בלײבן ביזן אװנט. װי עס איז נאר טונקל געװארן, איז װידער מײן פויער צו מיר ארויף, אנגעהויבן צו דראען מיט זשאנדארמעריע, אין פאל װען איך פארלאז נישט שנעל זײן הויז. איך בין ארויס אויפן װעג קײן זריצע. די געגנט האב איך גוט געקענט. איך בין ארײן צו אן ארעמער פויערטע. נאך א גרויס געבעט און גוטער באלוינונג, האט זי מיר געלאזט איבערנעכטיקן אין קי־שטאל נאר אײן נאכט.
אזוי האב איך זיך א פאר װאכן געװאלגערט אין דער ארומיקער געגנט, א שמוציקע, א הונגעריקע און דארשטיקע. דאס לעבן איז מיר שוין פארמיאוסט געװארן. צו װעלכן פויער איך בין געקומען בעטן איבערצונעכטיקן, האט מען מיך ארויסגעטריבן. איך האב מיר דאך .אנדערש פארגע־ שטעלט. געמײנט פאליאקן װעלן אביסל אנדערש האנדלען. אבער אנשטאט צו העלפן, זענען זײ נאך אנגעפאלן אויף ײדן, צוגערויבט בײ זײ אלץ, און אפילו איבערגעגעבן צו דער זשאנדארמעריע. מען האט נאך מער מורא באקומען• פאר די פאליאקן נאכן