781 מרים מיאדאװניק־רײך — אויף דער ארישער זײט 782 — געװאלט גלײד צוזאמענפאקן דײנע זאכן און זיי אפשיקן צו זײן ברודער איו קיעלצער ארבעטם־לאגער. אין אװנט זענען מיר אװעק אין מיין צוגעגרייטער דירה אויף שוויענטאיערסקא 13. מײן באלעבאםטע, אן עלטערע פרױ, האט געװוסט פון מײן אפשטאמונג. איך האב איר אויםגעהאלטן די גאנצע װוינונג מיט אלע הוצאװז. זי אלײן איז געװען די גאנצע װאך בײ איר טאכטער, זי איז געקומען נאר א צוױי־ דרײ מאל א װאך אויף באזובן. פאר דעם ״דאזארצע״ פון הויז האט זי מיך פארגעשטעלט אלם אירם א קרובה, װעלבע ארבעט מיט די פארטיזאנער קעגן די דײטשן. איך האב זיך זײער װײגיק באװעגט אין די גאםן. פון צײט צו צײט האט מיך מיטשא באזוכט און צוגעגרײט א ביםל פראדוקטן אויפן װינטער. איך האב מיך גוט געפילט אין מײן װוינונג. טעג האבן זיך אבער געצויגן װי יארן לאנג. גאנצע טעג בין איך געזעםן און געצערעװעט זאקן פאר מײן באלעבאםטע. מײן פרײנדין האט מיר געברענגט ביכער צו לייענען.
דערװײל בין איך געקומען אין קאנטאקט מיט מײן ברודער ישראל טײער און מיט זיץ פרוי און קינד. זײ אלע זענען שוין געװען צוזאמען אין קיעלצער ארבעטס־לאגער ״האםאג״. מיט א מאל באקום איך א טרויעריקן ברױו, געשריבן פון מײן שװעגערין. זי שרײבט, אז אין לאגער געפינען זיך עטלעכע קינדער און מען רעדט שטארק, אז מ׳װעט זײ צונעמען. זי װאלט דעריבער געװאלט איר קינד ארויסראטעװען. אפשר איז מעגלעך, איך זאל עם נעמען צו זיך. נאך דעם אלאר־ מירנדיקן ברױו בין איך גלײך אװעק צו מײן באלעבאסטעם טאכטער, אויף קרוטשע־גאס, און האב זי געבעטן מיט טרערן אין די אויגן פאר א גוטער באלוינונג, זי זאל גלײך פארן קײן קיעלץ ראטעװען דאם אײנציקע קינד פון מײן ברודער, עס ברענגען צו מיר.
װען זי האט דאס קינד געבראכט, האט ער, דער קלײנער העגיעק, דערצײלט, אז די גאנצע צײט איז ער געװען אין לאגער אומלעגאל. װען די עלטערן זענען אװעק צו דער ארבעט, האט מען אים פריער אײגגעבעט אין אײנע פון זײערע ״פריטשן״ דארט איז ער געלעגן צוגעדעקט דעם גאנצן טאג אן לופט. ערשט אין אװנט, װען אלע זענען שוין געשלאפן, האט די מוטער אים ארויםגענומען, כדי צו כאפן א ביםל פרישע לופט. פונדעםטװעגן זענען די דײטשן געװויער געװארן װעגן די קינדער, און באפוילן זײ צוצושטעלן. פיר קיגדער זענען אין גאגצן געװען• א באקאנטער קריםט, װאס האט געארבעט אין לאגער, האט פאר א גוטן לוין פינף פארטאג גענומען צו זיך דעם קלײנעם. בײ אים, אין דער הײם, איז דאם קינד געװען, ביז איך האב מיץ באלעבאסטעס טאכטער געשיקט אים ברענגען צו מיר. און אט איז דאם קינד בײ מיר. דאס אײנציקע קינד פון מײן ברודער, דאם אײנציקע אײגיקל פון מײן מוטער, װאם מיר האבן ממש פארגעטערט. חדשים־לאנג האבן מיר זיך שטיל און רואיק געלעבט אויף שװינמאיערםקע 13, ביז איך בין װידער אױינגעפאלן
אין די העגט פון די פוילישע שאנטאזשיםטן. זיי י׳אבן געװאלט א סומע געלט און װען נישט, געדראט מיט די דײטשן. איך האב׳ גאטירלעך, זײ גוט באצאלט און זײ זענען אװעק. װי נאר איך האב געהערט, אז זײ פארלאזן די טרעפ, האב איך זיך שנעל אנגעטאן מיטן קינד און ארויף אויפן בוידעם, דארט צוגעװארט ביז עם איז טונקל געװארן. בײטאג האב איך מורא געהאט צו פארלאזן דאם הויז, אפשר ווארטן זײ אויף מיר אונטן. װי עם איז נאד אביםל טונקל געװארן, האב איך מיטן קינד דאם הויז פארלאזט. מיר זענען געפארן צו מײן באלעבאםטעס טאכטער. דארט האב איך איר דערצײלט װעגן דעם שאנטאזש, און איך האב געבעטן, זי זאל אונדז לאזן איבערנעכטיקן. אבער אומזיםט. זי האט אונדז ממש ארויסגעװארפן. מיר זענען געפארן אויף פולאװסקע צו מײן פרײנדין, אפשר װעט זי אויספועלן בײ איר באלעבאםטע זי זאל אונדז לאזן איבערנעכטיקן. זי האט מיר אמאל דערצײלט, אז ביי איר קאן איך אפילו אײן נאכט נישט איבערנעכטיקן, װײל דאס איז נישט איר װוינונג, זי איז נאר א סובלאקאטארין, און אז איר באלעבאסטע איז אן אנטיםעמיטקע. אבער װאם האב איך געקענט טוען ? איך האב דאך נישט געהאט װו צו איבערנעכטיקן. צו מײן אומגליק איז די טיר געװען געשלאםן. מײן פרײנדין, איז אפנים געװען אונטערװעגנס. איר באלע־ באסטע איז אויך נישט געװען אין שטוב. איך שטײ א וױילע און ברעך מיר דעם קאפ, װוהין גײט מעןז עם איז שוין גוט פינצטער און גײן איז נאר דערלויבט ביז א זײגער אכט אין אװנט.
פלוצליגג דערמאן איך זיך אן אדרעם, װעלכן איך האב דורך א צופאל באקומען. איך גײ צו צו א דאראזשקאזש און הײס מיך פירן אויף שעננע. איך שטײג אויס און קום צו צום טויער. עס איז שוין׳ װיחט זיך אויס, גאך אכט. דאס טויער איז שוין געשלאםן. איך קלינג. דער ״דאזארצע״ פון הויז קומט און פרעגט זיך צו װעמען איך װיל. צו מײן משפחה, זאג איך אים — טאדעאוש סמאלינםקי. דאם איז געװען א כמיעלניקער גוי. זײן פאטער פון דער ״מריצע״ האט געמאכט טרומנעס. ער דערקעגט מיך גלײך און דערצײלט מיר, .אז העניע זילבערבערג איז אויך געװען בײ אים און און ער האט זי געהאלפן אריבערקומען אין טשענםטאכאװער ״האםאג״• איך זאג אים גלײך : איך בין גרײט דיר גוט צו באלוינען׳ דו זאלםט מיך לאזן איבערנעבטיקן, ער איז מסכים. שפעטער בעט איך אים, ער זאל מיר העלפן אויםזוכן א װוינונג. איך װעל אים גוט דערפאר באצאלן. צומארגנס גײט ער נישט צו דער ארבעט. ער פארנעמט זיך מיט זוכן פאר מיר א װוינונג. ער װײםט גוט, אז בײ מײן װוינונג אויםזוכן װעט ער םאר־ דינען מער װי ס׳באטרעפט זײנס א חודשלעך געהאלט. איך דרײ מיך ארום נערװעז, װארט אויף זיץ קומען. ענדלעך, צװישן טאג און נאכט קומט ער. זײן פרוי גיט אים אפצועםן און מיר קלויבן זיך אין װעג צו מײנע נײע באלעבאטים. דאם איז — דערצײלט ער מיר — נישט װײמ םון דאנעט. דאס הויז האט אמאל געהערט צום געטא. ענדלעך זענען מיר