Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 392
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-33

783 פנקםכמיעלניק 784

passage_68db32f0d4851364a9332315
Passage 2normalized OCR · source chars 35-1671

אנגעקומען. א גרויסער בנין מיט צװײ ארײנגענג פון פאגסקא־ גאס 34 און מאריאנםקא 1. א װינקל־הויז. ס׳איז דא אמאל געװען די ״אובעזפיעטשאלניע״. דער ״דאזארצע״ מאכט אויף דאס טויער, באװײזט זיך פאר אונדז מיט א שמײכל אויפן פנים. בעט אונדז ארײנגײן און מאכט אונדז גלײך עפעס צו עסן. מיר האבן געשמאק אפגעגעסן און דערנאך געזעסן און געשמועסט. מײן פארמיטלער גרײט זיך שוין אװעקצוגײן און איך האב אים באצאלט פאר זײן צושאנצן מיר דאס ארט. אויך מיט מײן באלעבאם בין איך פארטיק געװארן׳ אים באצאלט פאר א חודש דירה־געלט. איך האב גלײך געמאכט דאס בעט פאר מיר און פאר מײן ברודערן־קינד. מיר בײדע ליגן שוין אין בעט׳ קומט צו מײן נײער באלעבאס׳ טרײםט מיך און רעדט צו מיר זײער הארציק. איך פארשטײ — זאגט ער צו מיר — װיפל דו האסט שוין מיטגעמאכט און װיפל דו װעםט נאך דארפן מיטמאכן ביזן םוף פון קריג. איך מיט מײן פרוי װעלן אײך העלפן אויף װיפל מיר װעלן קענען. אט איז שוין שפעט אין דער נאכט׳ דאס קינד שלאפט שוין לאנג. איך בין דאך .אזוי גליקלעך און קוק זיך אײן װי דאס קינד שלאפט אזוי רואיק. איך, דאקעגן׳ קען בײ קײן פאל נישט אײנשלאפן. פאר גרויס פרײד׳ װאם איך האב װידער א דאך איבערן קאפ׳ אדער אפשר פון אויפרעגונג׳ װײל איך האב געהערט װי מײן באלעבאם האט אונדז פארשלאסן׳ פארמאכט דאם טויער און אװעק. איך ליג אין בעט און בין שטארק נערװעז. דער זײגער איז שוין 11 בײנאכט. װוהין קאן ער אזוי שפעט גײן׳ בעת עם איז דערלויבט צו גײן בלויז ביז 8 אװנט ? עס קומען מיר שרעקלעכע געדאנקען אין קאפ... אײנס בײנאכט איז מײן באלעבאם צוריק געקומען. א פאר־ שיכורטער איז ער ארײן אין צימער׳ זיך אװעקגעזעצט בײם אוױון און אזוי אדורכגעשלאפן די נאכט. צומארגנם איז מײן באלעבאסטע אנגעקומען. װײזט זיך אויס׳ אז זי פארנעמט זיך אויך מיט שמוגלען לעבנםמיטל פון די דערפער קײן װארשע. מײן באלעבאסטע, א פרוי פון א יאר 40, זעט אויס

passage_425e22110f4433539de65432
Passage 3normalized OCR · source chars 1672-2499

.אן ענערגישע, האט שטארק אנגעשריגן אויף איר מאן, פארװאם ער האט זיך אנגעשיכורט גראד די ערשטע נאכט פון אונדזער אנקומען. זי האט פארשטאנען װי איך האב געמוזט מורא האבן. זי האט מיר פארזיכערט, אז דאם װעט שוין מער נישט פאסירן. אזוי איז אדורך .אביסל צײט. מיר האבן זיך גוט געפילט. די באלעבאטים׳ א קינדערלאז פארפאלק׳ האבן אונדז זאגאר ליב באקומען• די רואיקײט האט אבער צעשטערט טאדעאוש סמאלינסקי. ער מיט זײן פרוי זענען אפט געקומען און געפירט געהײמע געשפרעכן מיט מײן באלעבאס• דאס האט מיך שטארק באאומרואיקט. אײן מאל האבן זײ זיך שטארק צעקריגט. מיץ באלעבאם האט מיר דערנאך דערצײלט, אז טאדעק פראפאנירט אים בײ מיר אלץ צוצונעמען. ער גלויבט, אז איך האב פיל געלט, און אויך די דײטשן צאלן פאר ארוימ־ געבן באהאלטענע ײדן. מיר מוזן זיץ פארזיכטיק און זיך היטן פאר אט.דעם טאדעק םמאלינםקי׳ דערלעדיקן מיט אים, ער זאל מײנען׳ אז איר געפינט זיך נישט מער בײ מיר.

passage_e50d53cae948708fe7f7d2a4
Passage 4normalized OCR · source chars 2501-3128

אין אײנעם אן אװנט׳ װען טאדעק מיט זײן פרוי זעגען װידער געקומען׳ מאך אים דעם אנשטעל׳ װי איך װײם פון גארנישט. מײן באלעבאסטע האט אנגעהויבן מיט זײ זיך צו קריגן, פארװאס ער האט זײ צוגעשאנצט ײדן. זי שרײט אויך כלומרשט אויף מיר, איך זאל שנעל איר הויז פארלאזן. איך טו מיך גלײך אן מיטן קינד און גײ מיר אװעק. מײן באלעבאס מאכט אונדז אויף דאם טויער׳ און װי איר װײסט שוין׳ איז דאם א װינקל־הויז מיט צװײ אײנגענג. ער לאזט ארױס פון פאנסקא און דורך מאריאנסקא לאזט ער אונדז צוריק .ארײן. מיר זענען גלײך ארויף אויף דעם בוידעם און דארט זענען מיר געזעםן 10 טעג ביז עם איז שטיל געװארן. נאכדעם האט טאדעק שוין אפגעלאזט מײן באלעבאם און ברוגז געװארן מיט אים.

passage_aa3490bdc771d2747b5dd5cb
Passage 5normalized OCR · source chars 3130-3876

נאך 10 טעג זענען מיר װידער אראפ פון בוידעם און װידער אנגעהויבן נארמאל צו לעבן. אבער לאנג האט עם נישט געדויערט. עם איז אפריל 1943. די דײטשן ליקװידירן דעם װארשעװער געטא. אט ליקװידירט מען די לעצטע צװײ גרויסע פירמעם ״שולץ״ און ״טעבענס״. די ײדן שיקט מען צום פארניכטן און די גרויםע אוצרות פארמעגן װאס מען פירט ארוים פון געטא טאג און גאכט אן אויפהער װערן מאגאזינירט אין דעם ריזן־בנין׳ װו איך האב געװויגט. די דײטשן באלאגערן דאס הויז פון אלע זײטן. איך מיטן קינד זענען אין א קלעם. מיר קענען שוין נישט אפילו פארלאזן דאם הויז, װײל טאג און נאכט איז עס באלאגערט פון די דײטשן. דרײ טעג און נעכט זענען מיר בײדע געשטאנען הינטער א שאנק׳ מיר האבן מורא געהאט אפילו צו עטעמען, װײל די דײטשן זענען געגאנגען ארײן און ארויס. נאך דרײ א ׳טעכטערל פון מרדכי מארקאװיעצקי, הי״ה

passage_8ed105016fbe1a458827826f