Original scan
Original memorial-book scan 393
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-222

785 מרים מיאדאװניק־רײך — אויף דער ארישער זײט 786 מאטעלע אושענקער־גורגעל, הי״ה טעג איז אונדז ענדלעך געלונגען זיך ארויםצובאקומען פון הויז. און װידער שטעלט זיך פאר אונדז די פראגע : װוהין גײט מען ? נישטא װו איבערצונעכטיקן.

passage_41cccc65195c1504d59b145c
Passage 2normalized OCR · source chars 224-1470

א היבשע צײט האבן מיר זיך געװאלגערט איבער די װארשעװער גאםן. אויף יעדן טריט האט מען אונדז שאנטא־ זשירט. איך האב שוין געװוינט אין םולעױװעק נאך װארשע און געמוזט אנטלויפן. עם איז זומער 1943. איך בין שטארק אויסגעשעפט, רעזיגנירט. קײן דאך איבערן קאפ. נישט אײן מאל האב איך באדויערט, פארװאם איך בין נישט געבליבן אין כמיעלניק און אװעק מיט אלע צוזאמען. באין ברירה שרײב איך א ברױו צו מײנע באלעבאטים אויף פאנסקא. איך אפעליר צו זײער געװיסן, מיר ארויסצוהעלפן מיט א שטוב, װײל איך קען שוין נישט לענגער זיך ארומװאלגערן. מײן באלעבאסטע איז געקומען צו מיר און האט מיר צוגעזאגט, אז זי װעט פארן קײן זיעלאנקע, .א םטאציע נאך רעמבערטאװ (א דאטשע־ארט). דארט װעט זי מיר דינגען א װוינונג. אזוי איז טאקע געװען. מיר זענען אװעק קײן זיעלאנקע׳ געדונגען .א צימער בײ אן אלטער אריסטאקרא־ טישער קריסטין. מײן באלעבאםטע האט מיך פארגעשטעלט אלס איר שװעםטערן־טאכטער, און דערצײלט מײן נײע באלעבאסטע, אז איך האב מיך פארנומען מיט שמוגלען לעבנסמיטל און פון דעם איז בײ מיר דאס הארץ אביסל נישט אין ארדענונג. דערפאר װיל זי׳ איך זאל מיך דרײ חדשים אפרוען. מײן ״מומע״ פארט מיר ברענגען מײן ברודערן־ קינה אונדזער העניעק. מײן נײע באלעבאםטע, אן עלטערע פרוי, מיט איר טאכטער, װויגען אויפן שטאק און איך יװוין אונטן. די הויפזאך, װאם האט מיך געפרײט, איז דאם׳ װאס מײן באלעבאסטע האט נישט גערן, אז שכנים קומען ארײן

passage_bbfbbf454c7c0c2b010b60ce
Passage 3normalized OCR · source chars 1472-2906

צו איר׳ און דערפאר האט זי שטענדיק געהאלטן דאס הױז פארמאכט. אין צװישן איז צוגעקומען נאך א פאמיליע װוינען בײ איר אויף זומער־װוינונג. די בלײבן אויך אונטן װוינען און זענען מײנע שכנים. װי עס װײזט זיך אויס, זענען מײנע נײע שכנים אויך אזוינע קריסטן װי איך. א פאמיליע פון פיר מענטשן, זײער סימפאטישע. מיר האבן אבער צװישן זיך קײנמאל נישט דערמאנט אונדזער אפשטאמונג. אונדזער באלעבאסטע האט שטארק הנאה־געהאט פון אירע לאקאטארן. ספעציעל האט זי ליב געהאט דאס קינד העניעק. זי האט ליב געהאט פון אים צו הערן, אז אין דער צוקונפט װיל ער זיץ א גענעראל, פארטרעטן שיקארסקין. זי האט אונדז געהאלטן פאר זײער פרום׳ װארעם פון צײט צו צײט זענען מיר מיט איר אװעק אין קירכע. איר האט נישט געקענט אײנפאלן, .אז איך בין נישט קײן קריסטין, בפרט, אז מײן ״מומע״ איז כמעט יעדן זונטיק אונדז געקומען באזוכן. מײן שכנטע, א געװעזענע לערערין, האט אנגעהויבן צו לערנען העניעקן, אים צוגרײטן אין פאלקס־שולע. ער האט זיך װונדערבאר גוט געלערנט. אזוי זענען אװעק א פיר חדשים. דער װינטער האט זיך דערנענטערט און מיר מאכן דעם אנשטעל, אז מיר גרײטן זיך שוין באלד אהײם צו פארן קיץ װארשע. אונדזער באלעבאסטע רעדט אונדז אבער שטארק צו, מיר זאלן נאך פארבלײבן. עס איז אזוי אומרואיק אין װארשע — זאגט זי צו אונדז — עם איז דאך בעסער אויף דער פראװינץ. מיר לאזן זיך טאקע צורעדן און בלײבן װײטער װוינען. אויד מײנע שכנים בלײבן. צו װײנאכט לאדט אונדז מײן באלע־ באסטע איץ צו זיך. איך מיטן קינד צינדן די ליכט אויף דער ״כאינקע״. איך האב העניעקן גוט צוגעגרײט אויף פראגן, ער זאל װיסן צו ענטפערן, און אלץ איז אדורך בשלום•

passage_cad35a5b7308949c761f5bec
Passage 4normalized OCR · source chars 2908-3917

1944. די האפענונג שטארקט זיך. אבער אט ברענגט מײן שכנטע א פינצטערע בשורד״ אז מען איז איר געקומען זאגן. מיר אלע זאלן שנעל פארלאזן דאם הויז, װײל דאס גאנצע דארף רעדט װעגן אונדז, אז מיר זענען ײדן. יעדע מינוט קען .ארײן ״געסטאפא״ און אונדז ארעסטירן. איך האב שנעל פארפאקט מײנע זאכן, ארויף צו מײן באלעבאםטע איר אפגעבן דעם שליםל און איר דערצײלט, אז איך האב באקומען א טעלעגראמע פון מײן ברודער, העניעקם פאטער, .אז ער איז קראנק׳ ער װיל דאם קינד זעען, און אז עם קען זײן׳ אז מיר װעלן נאך צוריקקומען. פארנאכט װען עם איז טונקל געװארן, האבן מיר פארלאזט זיעלאנקע און .ארײן קײן װארשע. מײן ״מומע״, דאס הײםט די באלעבאםטע אויף פאנסקא־גאם האט אונדז זײער קאלט און שלעכט אויפגענומען• צומאל נישט געלאזט אונדז איבערנעכטיקן. זי טענהט, אז זי האט מורא פאר זיך און דערצײלט מיר, אז מען האט זי געמסרט, אז זי פארנעמט זיך מיט אויםבאהאלטן ײדן. װאם טוט מען װײטער? װוהין גײט מען? אויפן צװײטן טאג קום איך צו דער ״מומען״ פון פאנסקא און בעט זי זאל פארן קײן זיעלאנקע אויםפארשן װאם עם איז דארט פאר־ געקומען• װען אלץ איז אין ארדענונג, פאר איך צוריק אהין

passage_3182b2eb5ea5c761fcd53e1d