Original scan
Original memorial-book scan 394
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1186

787 פנקם כמיעלניק 788 וװינען. מײן באלעבאסטע איז אבער צוריקגעקומעו א דעײ שלאגענע. מען האט איר אויפן דארף דערצײלט, אז דאס הויז פון מיץ ״לעטניםקא״ איז פארפלאמבירט דורך ״געסטא־ פא״. די אלטע באלעבאםטע איז ארעםטירט און דאס גאנצע דארף באשולדיקט זי׳ אז זי האט געהאלטן בײ זיך ײדן. מײן ״מומע״ טרײבט אונדז ממש פון שטוב ארוים• איך האב מער קיץ כוח נישט. װאלט איך געװען אלײן גײ איך אין ארבעטס־ אמט זיך מעלדן אויף ארבעט קײן דײטשלאנד. איך בין דאך אבער מיטן קינד׳ צו װעלכן איך בין אזוי שטארק צוגעבונדן. עם איז װינטער 1944. איך דרײ מיך ארום אויף די װארשע• װער גאסן אן אן אויסװעג. אלע טירן זענען פאר מיר פארמאכט. איך פאר אויף פולאװסקע צו מײן פרײנדין. דארנז איז געשלאםן די טיר. איך נעם דאס קינד און גײ צו דער הויפטםטאציע מיטן געדאנק צו פארן קײן קיעלץ. איך האב אין צװישן געהערט, אז עס האט זיך דארט אין ״האםאג״ אויםגעבעםערט, אז עס קומט א ײד פון דרויסן׳ קאן מען אים לעגאליזירן. ענדלעך קומט דער צוג, מיר שטײגן אײן, איך זעץ מיך אװעק. אין מײן קאפ לויפן דורך פיל געדאנקען. װאס טוט מען, װען עם קומט זשאנדארמעריע אויף א קאנטראלע. מען מוז דאך פון װארשע קײן קיעלץ האבן א ״פשעפוםטקע״ (דערלויבניש). דאם האב איך דאך נישט. איך הײב אן צו רעדן מיט מענטשן, ארומיקע שכנים. איך װיל הערן צי נאך עמיצער פארט אן א דערלויבניש.

passage_6c2121524522ffc3cd6ee61e
Passage 2normalized OCR · source chars 1188-1938

אט זיצט לעבן מיר א מאן, הערט זיך אײן װי איך דערצײל מיץ שכנטע, אז איך האב נישט באװיזן ארויסצונעמען א ״פשעפוסטקע״, װײל מײן ברודער, װעלכער װוינט אין קיעלץ איז זײער קראנק און זײן קינד איז גראד געװען בײ אוגדז. די אמטן זענען שוין געװען געשלאסן און װארטן ביז מארגן האב איך מורא געהאט, װײל איך װיל מײן ברודער זאל נאך זעען דאם קינד. דער מאן הערט זיך אײן װי איך דערצײל דאם אלץ. קומט ער צו צו מיר און בארואיקט מיך, אז ער איז אן אנגעשטעלטער בײ די דײטשן און האט א דערלויבניש אויך פאר זײן פרוי. צום גליק איז זײן פרוי נישטא מיט אים. אין פאל פון א קאנטראל, איז ער גרײט צו זאגן, אז איך בין זיץ פרוי און דאם קינד איז זײן קינד. אזוי איז טאקע געװען• אין ראדאם איז אין צוג ארויף זשאנדארמעריע. דער מאן האט אונדז טאקע פארגעשטעלט אלם זײן פרוי און קינד. מיר האבן מצליח געװען.

passage_9448e9922366106a3382b122
Passage 3normalized OCR · source chars 1940-2451

ענדלעך זענען מיר שוין אין קיעלץ, מיר שטײגן אויס. דער מאן געזעגנט זיך מיט מיר הארציק, איך דאנק אים און גײ מיר מײן װעג. מײן ברודער ישראל טײער געפינט זיך מיט זיץ פרוי אין קיעלצער ״האםאג״. זײ זענען דאך די עלטערן פון קינד. מײן ציל איז איצט, מיר אלע זאלן זײן צוזאמען. אפשר װעט איצט געלונגען צו לעגאליזירן זיך אין אט דעם לאגער. איך קום ארײן צו דעם קריםט׳ װעלכער האט דאס קינד דעמאלט פינף פארטאג ארויםגעגגבעט פון לאגער. מיט אים האב איך דעם בעםטן קאנטאקט צו מײנע, וױיל ער ארבעט דארט אין לאגער• ער האט אונדז ארײנגעלאזט און

passage_ff9f45ddbb12302b50992d3c
Passage 4normalized OCR · source chars 2453-3209

ער האט שנעל צװויםן געגעבן אין לאגער מײן ברודער און מײן שװעגערין װעגן אונדזער אנקום. מײן שװעגערין איז גלײך געלונגען צו קומען. בײם ארויםמארשירן מיט איר קאמאנדא צו דער ארבעט, האט זי זיך אװעקגעגנבעט און איז געקומען אונדז זעען. הײנט שטעלט אײך פאר די באגעגעניש נאך צװײ יאר מיט איר אײנציק קינד. דאס איז געװען דאס לעצטע מאל װי זי האט געזען איר אײנציק קינד. מײן ברודער מיט זײן פרוי אינטערװענירן אין אלע העכםטע אינםטאנצן מען זאל זײ העלפן אונדז לעגאליזירן אין לאגער מיט זײ צוזאמען, אבער אן דערפאלג. דערװײל לויפט די צײט. מיר װאלגערן זיך אויף די קיעלצער גאסן. װו מיר שלאפן אײן נאכט, קאנען מיר שוין נישט בלײבן די צװײטע. מ׳טרײבט אונדז ארויס. איך באקום דעם לעצטן ברױו פון מײן שװעגערין פון לאגער, װי זי שרײבט צו מיר .■ דיך קען מען לעגאליזירן, אבער דאס קינד בײ קײן פאל נישט.

passage_f0722399db8d2b5c9cfd317c
Passage 5normalized OCR · source chars 3211-3974

איך בין צופיל צוגעבונדן צום קינד איך זאל עס ערגעץ לאזן און אלײן גײן אין לאגער. דאס האב איך נישט געקעגט פועלן בײ זיך. מיטאמאל באקום איך א ידיעד״ אז מײן באלעבאסטע פון פאנסקא, די כלומרשטע ״מומע״ איז געװען אין קיעלץ און האט אונדז געזוכט. דער פינצטערער גורל האט אבער צוגעפירט, אז זי זאל מיך נישט טרעפן און פארלירן דעם קאנטאקט. װײזט זיך ארויס, אז זי האט געהאט אויפן געװיםן דאס ארויםטרײבן אונדז פון איר װוינונג, און דאם האט איר נישט געלאזט רוען. זי האט אפנים געהאנו װארעמע געפילן פאר אונדז, אפשר װײל זי איז געװען קינדערלאז. בײ א באקאנטן קריסט האט זי איבערגעלאזט א צעטל, אז זי װיל אונדז װײטער העלפן. דעם אמת געזאגט, װען איך בין אליץ׳ קלויב איך מיר אויס דעם װעג אין לאגער און גײ נישט מער אויף דער ארישער זײט. צוליבן משה׳לע ראזענבלום — זון פון ױםף און אסתר ראזענבלום, הי״ה

passage_9b14e90c30a3ae9576235c65