789 מרים מיאדאװניק־רײך — אויף דער ארישער זײט 790 קיגד מוז אין־ אבער טאן אלץ אים צו ראטעװען — טראכט איך — און לאז מיך גלײך צום װאקזאל. עם איז פיר מינוטן פארן אנקומען פון דעם צוג׳ װאם גײט קײן װארשע. איך האלט שוין די בילעטן אין האנט און װארט נאר ארײנצוגײן אין צוג. פלוצלינג שטויסן זיך מײנע אויגן אן מיט די אויגן פון א כמיעלניקער קריםטין. דאס את די פרוי פון כמיעלניקער לערער פון דער פאלקס־שולע קאנדערא׳ א טאכטער פון די פאװלאװסקים פון שידלעװער װעג. זי האט מיך גוט געקענט, װײל זי האט בײ אונדז געפלעגט קויפן. איך גײ שנעל מיטן קינד אין טואלעט. דארט זיץ איך און װארט ביז איך װעל הערן דאם פײפן פון לאקאמאטיװ. איך װיל ארוים פון טואלעט׳ ארײן צװישן עולם אבער די אוביקאציע איז ארומגערינגלט מיט געסטאפא. מען ארעםטירט אונדז. איך האב געלײקנט מײן אפשטאמונג׳ אבער עס האט נישט שרה־רײזעלע — טעכטערל פון ישראל גאלדליסט הי״ד געהאלפן׳ וױיל איך בין דאך געװען מיטן ײנגל. מען האט אונדז געפירט אין קיעלצער תפיםה אויף זאמקאװע גאם• דאם קינד האט מען פון מיר אװעקגענומען צו די מענער. איך האב אבער אויסגעפועלט, מען זאל מיר דאם קינד פון צײט צו צײט ארײנלאזן אין מיץ צעלע. אין צװישנצײט האסי מען מיך גערופן אויף אן אויספארשונג אויך װעגן קינד. דאם איז געװען א םפעציעלער ריכטער פאר געכאפטע ײדן אויף דער פוילישער זײט.
איך בין צוגעפאלן צום ריכטער׳ געבעטן און גערעדט צד זײן געװיםן, ער זאל אפשיקן דאס קיגד אין קיעלצער לאגער. דארט זענען זײנע עלטערן׳ װעלכע ארבעטן .אזוי ערלעך און געטרײ. דאס אלץ האט גישט געהאלפן. מען האט אונדז װידער צעטײלט׳ יעדן אין זיץ צעלע. אין א פאר נעכט שפעטער׳ אין מיטן דער נאכט, האט מען ארויםגענומען דאס קינד פון דער צעלע׳ איך האב געהערט, אז מיט נאך א קינד געכאפט אויף דער ארישער זײט. צוזאמען האט מען אוים־ גערופן די נעמען פון די קינדער און זײ אװעקגעפירט. צומארגנס האט מען געפונען דאם אנטועכץ פון די קינדער אין טרעפן־הויז... מער האב איך שוין דאם קינד נישט געזען. די מערדער האבן עם פון מיר ארויםגעריםן אויף אײביק. זאל דאם אומשולדיקע בלוט נקמה נעמען אין אט דער מערדערין קאנדערא.
מיך האט מען מיט א טראנספארט פון קריםטלעכע פאליטישע פרויען אפגעשיקט אין קאנצענטראציע־לאגער פון לובלין׳ מאידאנעק. דארט האט מען מיך אפגעזונדערט פון די קריםטן. איך בין אריץ אין א ײדישן בלאק. װען די רוםן זענען געגאנגען פארוים, האט מען אנגעהויבן ליקװידירן דעם לאגער. צוזאמען מיט אנדערע האט מען מיך אפגעשיקט קיץ פלאשאװ׳ פון דארט קײן אוישװיץ׳ ראװענםבריק און וױיטער קײן מאלאכאװ, װו איך האב אין א פולװער־פאבריק געארבעט ביזן 25־טן אפריל 1945. דעמאלט איז געקומען דער רויטער קרײץ׳ אונדז באפרײט און אריבערגעפירט קײן שװעדן.