מרדכי זאנשײן מאטי זאנשיױ / מיטן טויט פנים אל פנים (תל־אביב) מיטן אויסברוך פון היטלעריםטישן װעלט־קריג האב איך זיך געפונען מיט מײן פרוי און זון אין סטאשעװ. כ׳בין אבער מיט אלע נשמה־פעדעם געװען פארבונדן מיט מײן געבורטס־ שטעטל כמיעלניק. כ׳האב עטלעכע מאל בעתן קריג באזוכט מײנע עלטערן און געשװיסטער. כ׳דערמאן זיך : בײ אײנעם פון מײנע באזוכן אין אנהויב 1942, האב איך צוזאמען מיט מײן אומפארגעסלעבן פאטער באזוכט דעם רב׳ הרב ר׳ אליעזר יהושע הלוי עפשטײן. געקומען אהין זענען מיר דורך הינטער־געסלעך — װײל דער מארק איז געװען אפגעשלאםן פאר ײדן, און דורך לעשמאנם אונטער־ טויער דערגאנגען צום רב. זײן אויםזען אין די חדשים נאך דער באפרײאונג ם׳האט געפעלט אטעם. יעדער טאג האט אונדז פארטריבן אין אן אנדער געפערלעך װינקל און... עם האט זיך אזוי געװאלט לעבן... װו איז דער פסיכאלאג, װעלכער זאל קענען ארײנבליקן אין דער צעטרײסלטער נשמה פון א געזונטן מענטשן אויפן ראנד פון אונטערגאנג... די שרעקלעכע בשורה װעגן אונטערגאנג פון דער במיעלני־ קער עדה ײדן צוזאמען מיט מײנע נאענטע, האט מיך צי רעשט דערשיטערט און צוזאמענגעבראכן. יאוש־שטימונגען האבן מיך געפרעסן.
דאס גײםטרײכע רבנישע הדרת־פנים האט אויםגעדריקט צער און װײטיק. זײן גאנצער אויסזען האט דערצײלט פון פארצװײפלונג און שרעקלעכן עול הגלות, װי ער װאלט געטראגן די אחרױת פאר דער גאנצער כמיעלניקער עדה ײדן׳ פארן גורל פון זײנע צאן־קדושים• דער רב האט מיר דערלאנגט שלום, טיף אפגעזיפצט און נישט אויםגערעדט א װארט. מיר זענען אזוי אין שטיל־ שװײגעניש געזעםן א צײט. א שטילקײט — װאס האט מרעיש עולמות געװען... בײם געזעגענען זיך האט ער מאכטלאז זיך געװענדעט צו מיר: ״בעט רחמים, מאטל״... די תוהו־ובוהו־צײט האט זיך שנעל דערנענטערט• אױב־ בשורות פון אומקום האבן זיך שנעל פארשפרײט אין די ארומיקע שטעטלעך. בעת די לעצטע ימיפ־נוראים פאר דער קאטאסטראפע איז די גאנצע געגנט געװארן אײן גרויםער עמק־הבכא, א טאל פון טרערן און יאמערלעכער עצבות.
געצײלטע טעג פאר דער אויםראטונג אין סטאשעװ, זענען מיר געלאפן װי געםמטע מײז און געזוכט עפעם אן אנשפאר, א צײטװײליקע רעטונג, עפעס א פרײנטלעך פנים בײ גוטע באקאנטע לערערם, א הײמישן גוי. אװעקגעגעבן זײ דאס גאנצע אויסגעהארעװעטע ביסל האב און גוטס, פון שטוב־ אײנארדענונג ביז געשעפטס־םחורות. ם׳זענען אבער צו אונדז דערגאנגען מוראדיקע קלאנגען, אז ײדן, װאס האבן בײ זיך גרויסע געלט־סומען פארשטעקט בײ ״הײמישע״ גוײם — װערן בארויבט און איבערגעגעבן דער געסטאפא, אדער װערן דורך די גוײם אלײן אויםגעהרגעט. ײדיש לעבן איז געװען הפקר. פלאקאטן האבן זיך באװיזן אין די גאסן, אז יעדער קריסט װאם װעט געבן עסן אדער טרינקען א ײה װעט אן משפט דערשאסן װערן... אבער װאס האט דאם ױנגע לעבן געזינדיקט?! מײן זון ירחמיאל הי״ד, א װויל 13־יעריק בחורל, נאכנישט אנגעהויבן לעבן, — װאם איז זײן ױנג בלוט שולדיק ? ! אין מײן פאר־ צװײפלונג האב איך אויםגערעכנט, אז אין כמיעלניק, נאכן גירוש װעל איך מײן זון אפראטעװען צוזאמען מיט די דארט־ פארבליבענע 72 ײדן, צװישן װעלכע ם׳איז אויך געװען מײן קוזינקע גיטל מאלע מיט אירע קינדער.
פאר א גוטן פרײז האב איך אים איבערגעשיקט מיט א באקאנטן פוילישן םטודענט אויף א ראװער קײן כמיעלניס. א פאר טעג שפעטער איז מיטן זעלבן װעג מײן פרוי אריבער־ געפארן, און צװײ טעג פארן אומברענגען די םטאשעװער ײדן — אין אנפאנג נאװעמבער 1942 — בין אי־ צוזאמען מיט מײן שװיגער הי״ד און נאך עטלעכע ײדן אװעק מיטן זעלבן טויטן־טראקט דורך שידלעװ, װו א טאג פריער זענען 12 סטאשעװער פרויען געכאפט און דערשאסן געװארן. בײנאכט בין איך אנגעקומען קײן כמיעלניק אין דעם ״ײדן־ הויז״ פון משה פאסטערנאק, װו די רעשטלעך פון חורבן־ כמיעלניק האבן זיך געמעגט אויפהאלטן• אין געצײלטע טעג שפעטער האבן בהלהדיקע געשרײען אונדז װײטער ארויסגעטריבן אויפן גאס. דאם געטא־הויז איז דורך נאצי־חױת ארומגערינגלט געװארן. אין לעצטן מאמענט ממש האט זיך מײן משפחה, אין פירן בײ די הענט געשלאםן, און אונטער טויט־געפאר אנטלאפן אריבער אין דעם םטאלער־ געסל, ארויפגעכאפט זיך אויף א בוידעם און דארט איבער־ געלעגן א מוראדיקע נאכט. בײנאכט האבן מיר געהאט א ״חשובן״ באזוך פון א ײדישן געסטאפאװיעץ, א זונדל פון א בכבודיקער כמיעלניקער משפחה — אן אױסװורף אין א היטלער־מונדיר ימ״ש. מיר האבן זיך געפונען אין א שטיקנ־ דיקער לאגע אן אן אויסװעג. פון דארט זענען מיר װידער פארטריבן געװארן אין ״ױדענשטאט״, קײן צויזמער.