Original scan
Original memorial-book scan 398
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1038

795 פנקס כמיעלניק 796 האט מיך געשלאגן און מיר פארגעלײגט צוריק ארויסצונעמען מיץ װינטער־מאנטל פון דעם גרויםן בארג רעקװירירטע מאנטלען, (אגב האב איך דארט געהאט באהאלטן מיץ לעצט ביסל געלט). די ססס,6 מענטשן־שאטנס זענען ארײנגעשלײדערט געװארן אין 40 בהמות־װאגאנען, װאם נארמאל קען אזא װאגאן אויפ־ נעמען 30 פערזאן אין ענגשאפט• בײם אײנשטײגן אין װאגאיו' האט מען מיר מײנע מאםױוע שיך אראפגעצױגן. אן אח־לצרד״ א געװיםער קאזלאװםקי פון פינטשעװ האט מיר אװעקגעגעבן זײנע קאלאשן. כ׳האב זײ מיט שטריק ארום מײנע פים ארומגעבונדן. מערקװירדיק, ם׳זענען דאן געװען שטארקע פרעסט מיט זאװיערוכעס און כ׳האב זיך נישט פארקילט. נישט אויםפארשבאר איז די מענטשלעכע פסיכיק, כ׳װאלט פארמולירט אן אײגעגע פםיכאלאגישע פארמולע געבויט אויף איבערלעבענישן פון מײנע ״לעצטע שעה׳ען״ : אז דער מענטשלעכער באדװםטזײן איז משלים מיט זיץ אומקום און אלע זײנע חושים פארלירן ױיער פילבארקײט און הערן אויף צו זיין װידערשטאגדםפעאיק, געשעט דאן דאםזעלבע מיטן קערפער. ער הערט אויף צו רעאגירן אויף קעלט און אנדערע נאטור־דערשײנונגען. דאם הײםט, אז פםיכיש־גײםטיקע כוחות זעגען פארבונדן מיט קערפערלעכע רעאקציעס•

passage_5d0dc8f5cf2c65c46cb5d45a
Passage 2normalized OCR · source chars 1040-1532

נארמאל האט דער טויטן־צוג געקענט אנקומען קײן טרעב־ לינקע אין משך פון 10—12 שעה. ער האט אבער געמאכט פארשידענע אומװעגן און געשלעפט זיך גאנצע 48 שעה ביז צום טויטן־אינזל. אלץ איז געװען ״װיסנשאפטלעך״־מערדעריש אויםגערעכנט. אזא שלעפ־צוג אין די שרעקלעכסטע חיה׳שע באדינגונגען מיט די רעשטלעך פון אפגעשטארבענע מענטש־ לעכע געפילן — האט די קאניבאלן געגעבן די זיכערקײט, אז קיץ װידערשטאגד מצד דעם מתים־קנויל קען מער נישט זײן, און דעריבער זעגען גענוג געװען 50 —60 אוקראאינישע הינט אויף שמירה איבערן גאנצן צוג.

passage_aca15159bb6398ba444fbff0
Passage 3normalized OCR · source chars 1534-2659

ם׳איז גאך נישט געפונען געװארן דאס לשון, װאם זאל קענען שילדערן די סיץ פון די אויסגעמאטערטע גופים. צוזא־ מענגעדריקט. נישט געקענט זיך אװעקזעצן, אן ברויט אן װאםער, אן צו דערלײדיקן מענטשלעכע געברויכן — האבן מיר געהערט פון צייט צו צײט אויף זײטיקע באן־םטאציעם אויסגעשרײען: ״זשידזשי, פראװאדזאן װאם נא זאגלאדען, אושמיערצאן װאס*.״ ״יידן, מען פירט אייך אויף אומקופ׳ מען װעט אײך טויטן״... ערגעץ װו האט זיך דער צוג געשטעלט, האט זיך אן אוקראאינער מיט א ברויטל באװיזן. אוץ פארגעלײגט עם צו פארקויפן. דאלארן, גאלד, ברילאנמן האבן זיך א שאט געטון. אזוי איז ער איבערגעגאנגען אלע 40 װאגאנען׳ צוגויפגענומען גרויםע געלט־סומען׳ און קײנעם דאס ברויטל נישט געגעבן. שנײ־קוילן דערלאנגט פון פאלאקן דורך די שמאלע פארקראטעטע בהמות־םענצטערלעך האבן דערגרײכט לעגעגדארע פריץן... מיט קאזלאװסקין צחאמען האבן מיר לאנגע שעה׳ען פארזיכטיק אויפגעדרײט די שטעכל־ דראטן סונעם םענצטערל •. — טאמער װעט זיך פארט מאכן א רעטונגם־שאנם... האט דאם אן אוקראאינער פון דרויםן באמערקט און א קויל איז דורכגעדרינגען דורך דער האלץ־ װאנט פון װאגאן און געטראפן קאזלאװםקין אין הארץ ארײן. אפגעטײלט פון קאזלאװםקין האט מיר זײן לינקע האנט... צענרליקער זענען אויםגעגאנגען אן דעם מערדערס קויל•

passage_82c20b313a3cefe38a2ecbaf
Passage 4normalized OCR · source chars 2661-3154

װי אונטערגעהאקטע קלעצער אװעקגעפאלן, אן יאמער׳ אן א קרעכץ אפילו. פארשטארבענע ברואים האבן זיך אװעק־ געזעצט אויף די מתים. ם׳זענען געמאכט געװארן פרװון פון דרײםטע יחידים װאם האבן געשפרונגען פון צוג• לרוב זענען זײ אבער לויפנדיק דערשאםן געװארן. דעם 12־טן יאנואר 1943, בין השמשות, װען דער צוג איז פאמעלעך ארײנגעגאנגען אין טרעבלינקע־שטח, איז דאם פענצטערל פרײ געװארן פונעם שטעכל־דראט. אויף מײן רוף האט זיך ארגאניזירט א גרופע פון 15 מאן, װעלכע האבן נאד ארויםגעװיזן לעבנם־חשק און גרײט געװען צום שפרינגען.

passage_17e20a37c104e9738925695d
Passage 5normalized OCR · source chars 3156-4037

די דרײצן האבן זיו אײגציקװײז ארויסגעגליטשט דורך דעם שמאלן פענצטער־אויםגאנג און מיט די לעצטע כוחות ממש געלאפן דעם טויט אין פנים ארײן, װײל קלאר איז געװען פאר יעדן אײנעם װאס עס שטײט אים פאר אין די גאר נאענטםטע שעהען... די 14־טע איז געװען מײן פרוי צום שפריגגען, שװײגגדיק זיך ארומגענומען, מחשבותן... אפשר... גאט זאל זיך מרחם זײן... ״דארט אין יענעם װאלד״ — וױיז איך איר — ״זאלסטו ווארטן אויף מיר״. זי שטארקט זיך און שפרינגט, װערט פארשװונדן אין דער טונקלקײט. דער 15־ער — שפרינג איך, כ׳פאל מיט מײנע קאלאשן שטיל אויף דער ערד. א פאר שריט פון מיר באמערק איך די מלאכי־חבלה מיט נאפט־לאמטערלעך, כ׳באהאלט זיך שנעל הינטער דעם שטײענדיקן צוג, צװישן די רעדער. די קאנאליעם באמערקן מיך נישט, איך שלײך זיך ארוים און לויף מיט די לעצטע כחות־רעשטלעך אין וואלד ארײן. ס׳איז א פינצטערע נאכט, איך רוף מײן פרוי אויף פאר־ שידענע־ערלײ אופנים, זי ענטפערט מיר אבער דאמאלם, װען איך שטײ שוין נאענט פון איר באהעלטעניש.

passage_51b7a640e04b6d1b880b18ca
Passage 6normalized OCR · source chars 4039-4782

מיט שנעלע טריט דערװײטערן מיר זיך פון װאלד, װעל־ כער ראיעט מיט אוקראאינישע רוצהים. א קנאקעדיקער פראסט. מיר באגעגענען אויפן װעג א באיקאנט אפטער מײדל, אנטלאפן נאקעט און בלויז, טראגט אויף זיך א דין קלײדל, ציטערט פון קעלט, שלעפט קוים די פים, שפארט זיך אן אין אונז. פלוצים פאלט זי און װי א הינדל װערט זי אײנגעשלאפן אין מיטן פעלד. אירע גלידער זענען פארשטײפט געװארן, דער קערפער — א שטיק איץ. מיר גײען װײטער און טרעפן אן אויף .א פארפאלק ײדישע דארפם־פויערים׳ שפרינגער פון א צװײטן װאגאן, האבן אי־ בערגעלאזט א מוטער מיט 2 קינדערלעך אין טויט־װאגאן. עם העלפן נישט מײנע אויפקלערונגען, אז פיר מענטשן צחאמען איז געפערלעך. זײ װילן זיך מיט אונז נישט שײדן. מיר ציען וױיטער צוזאמען און באמערקן א ליכט־פײערל אין א הײזקע אין מיטן װאלד. די כחות גײען אוים, מיר שטעלן

passage_c815fc210dc237f5ec64a2bd