797 מאטל זאנשײן — מיטן טױט פנים אל פנים 798 זיד איין און עפענען די טיר פון א שוסטער• מיר באקרײציקן זיך מיט א ״געלויבט זאל זיץ יעזום קריסטוס״, ער דערקענט אונז, אבער. דער גוי — א טייערע נשמה, דערלאגגט אונז ברויט מיט מילך און בעט זיך רהמים מיר זאלן זיץ שטוב פארלאזן, ווייל ״די הינט״ זענען אפטער ארײנגײער ביי אים. ער ראט אונז מיר זאלן צוגיין, דא נישט ווייט וווינט א ״גאיאװע״ מיטן נאמען זאליעװסקי, א גוטער מענטש. ער װעט באשטימט אונדז לאזן איבערגאכטיקן• פארטאגס האבן מיר זיך דערשלעפט אין דארף ״יאקוביקי״, אנדערטהאלבן קילאמעטער פון טרעבלינקע. מיר קומען ארײן אין אן אפגעזונדערטער הײזקע אין דער זײט פון דארף׳ מיר באגריםן דעם ה׳ זאלעװםקי מיטן ״זאל זײן געלויבט״... ער צעלאכט זיך אויפן קול און זאגט : ״איר זענט דאך ענלעך צו הונדערט ײדן, וױ קומט איר אהער ? — זעצט אײך, איך װעל אײך געבן א ביסל װארעמס, די געפרוירענע גלידער צו דער־ װארעמען״.
שוין לאגג האבן מיר קײן מענטשלעך װארט גישט געהערט, האבן דעריבער אונזערע צעװײטיקטע נשמות מיט רעזערװ און חשד דאם אויפגענומען... אביםל זיך דערװארעמט, האט אויף מײן בקשה דער פאן זאלעװסקי אונדז דערלויבט א גאנצן... מעת לעת בײ אים צו זײן. קלאר, אז בײנאכט זענען מיר גישט געשלאפן, אלע חושים האבן געװאכט : כ׳װײס, א װילד פרעמדער גוי — מיט װאם די גאכט קען זיך חלילה ענדיקן... אנגעהערט האבן מיר זיך דאך אזוי פיל... מיטן פרימארגן זאגן מיר מײנע מיטגײערם און אויך מײן פרוי, מיר זאלן זיך גרײטן צום גיץ... איך דערקלער זײ אבער גאנץ קאטעגאריש : ״איך גײ נישט \״ די װעגן זענען פארזײט מיט טויט און אומקום: איך װעל פרװון מיטן גוי זיך דורכשמועסן, אפשר װעלן מיר קענען פאר א ביםל געלט בײ אים בלײבן א שטיקל צײט. נאך א קורצן שמועס מיט ה׳ זאלעװםקי, האב איך אינ דערלאגגט א ססױער. ער האט געברענגט א פלאש ״בימבער׳ (אויפן דארף געקאכטער בראנפן פון קארן אדער קארטאפל) מיט א ״זאגריכע״ (צובײסעכץ), און מיר מאכן דעם ערשטן ״לחײם״ די באבע זאלעװסקי, א גאטספארכטיקע גויע פרײט זיך מיט דער מצװה װעלכע די ״הײליקע מאריע״ האט איר צוגעשיקט... און דערלאנגט אויך אירע מאכלים. דאם ערשטע אײז איז געבראכן, איך נעם איבער די אונטערהאנדלונגס־ ענינים מיטן גוי אין מײנע הענט אריץ.
מײנס א קרוב פלעגט שטענדיק זאגן, אז אלע גוײם זענען רוצחים. טרעפט אבער א מאל א גוי, װאם איז נישט גרײט באלד צו הרגענען, איז עם פשוט פון פוילקײט... אביסל אמת איז אין דעם פאראן. דאס קינדערלאזע פארפאלק זאלעװסקי זענען אבער געװען זײער רעליגיעזע קריםטן און װײט נישט קײן רוצחים. כ׳האב כסדר געזוכט װעגן װי אזוי דעם אויפנטהאלט װאס מער צו פארלענגערן, אויםער דעם באשטימטן װאכן־אפצאל האב איך אים אין געהײם ארײנגעקװעטשט א רוםיש גאלדן 5־ער קארבל און געמאכט מיט אים שטאם, אז די גויע זאל דערפון נישט װיםן, און דאם זעלבע האב איך אױך געמאכט מיט דער גויע... פון צײט צו צײט האבן זיך מורא און פחד אויף זײ צעלײגט, זײער אײגן לעבן איז דאך געשטאנען אין קאן. פלעגט מיר דער פאן זאלאװםקי רופן : ״פאניע ״זעט״ (ער האט מיץ נאמען בשום אופן נישט געקעגט ארויםזאגן) װאם וועט זיץ?״. א ססז־ער אויף א פלאש ״בימבער״ אדער דאלארן צום טוישן, װען ער האט מיטן פרייז שטענדיק אפגענארט, — האבן אבער שטענדיק די כמארע צעיאגט... כ׳האב נאר כםדר געבעטן דעם רבונו של עולם׳ ער זאל מיך אזוי כםדר אפנארן ביז צו דער באפרײאונג. מיינע אלע בקשות, אז ער זאל פאר אונז מאכן א ״קרױװקע״,
א געהיים באהעלטעניש, האבן נישט געהאלפן, ער האט אונז אבער איינגעארדנט א מין ״אפן״ באהעלטעניש און זיך דאם פארטייטשט, אז װען געסטאפא־לייט וועלן חלילה אונז אנט־ דעקן, װעט ער זיך קענען פארטײדיקן, אז מיר האבן זיך אן זײן װיםן בײנאכט אין זײן שפײכלער ארײנגעגנבעט... און ער וױיסט נישט װער מיר זענען. א ברירה האבן מיר געהאט... אויף זײן הויף האט זיך געפונען א לאנגער האלצערנער ,צפײכלער׳ אין װעלכן ס׳זענען געװען פארשידענע אפטײ־ לונגען פון : פערד, בהמות, חזירים. הינער׳ קראליקעם, א.א.װ. די אײנגאנגס־טיר האט זיך געפונען בײ אײן עק פון שפײכלער און מיר זענען געװען פארשטעקט בײם צװײטן עק — איבער דער חזירים־אפטיילונג — אזוי אז בײם עפענען די טיר אפילו אין װײםן טאג, האט מען אונדז נישט געקענט זען• כ׳האב געזוכט זיך נוצלעך צו מאכן׳ מיט װאם כ׳האב נאר געקענט• א זײגער 1 בײנאכט בין איך צו אים ארײן אין שטוב און אים פארגעלײענט די פוילישע טאג־צײטונג. דאס װאם ער איז אלײן געװען נישט גראמאטנע, האט אונדז א סאך נוצן געבראכט — שטענדיק האב איך געפונען גוטע נײעםן אין די צײטונגען׳ איך האב אים אויך אנטדעקט א געהײמע רובריק און זי דעשיפרירט. דער גוי האט זיך געפרײט מיט די גײעסן און זײ פארנאנדערגעטראגן איבערן דארף, צו יעדער צײט אביםל אונטערגעשיכורט און געמאכט זיך פאר־ נעסן אין זײן בינטל צרות...
אײנמאל בײנאכט, בײם לײענען די צײטונג, באמערק איו״ אז דער פאן זאלעװםקי זיצט פארטרויערט מיט אן .אראפגע־ לאזטן קאפ. אויף מײן פראגע, פארװאם ער זיצט אזוי, וױיזט ער מיר א צעטל פון דער דײטשער װאלד־מאכט, אין װעלכן מען נאמינירט אים פאר אן אפיציעלן װאלד־װעכטער מיט א פלאן צוצוטײלן ברען־און בוי־האלץ פאר דער רעגירונג, און אז דאס האלץ דארף ער רעקװירירן בײ די דארפס־פויערים (אין דער סביבה זענען געװען א םך װעלדער), ״נו איז װאם ז ז״ — פרעג איך אים, רוימט ער מיר ארײן דער שטיל : ״כ׳װעל דיר מגלה םוד זײן, אז איך קען נישט שרײבן, נישט לײענען און נישט רעכענען. כ׳האב מיר מײנע 7 העקטאר ערד און צי ארוים פון זײ מײן חיונה מיט כבוד. פלוצלינג אזא צרה׳ װי אזוי װעל איך דאם מאכן י״ איך ענטפער אים תיכף : ״זארג נישט פאניע זאלעװםקי, װײזט אויס, אז גאט האט אזוי געװאלט,