799 פ נ ק ם כ מ י ע ל נ י ק 800 ירחמיאל זאנשײן הי״ד — בן יחיד פון לאה און מאטל זאנשײן אז מיר זאלן זיך קעגנזײטיק בײדע העלפן. איך װעל דיר פירן אין געהײם די גאנצע ארבעט. איך קען זיך פון מײן ביכער־ געשעפט אויף האלץ־קוביק־מעטערס״. ער האט זיך דערפרײט און בײדן איז געװארן אביסעלע גרינגער אויפן הארצן... איך האב אלץ געטוען כדי צו פארזיכערן און פארפעסטיקן דעם רעטונגם־פלאץ בײם גוי, כ׳האב געפירט די װאלד־ ארבעט אויפן בוידעם, מײנע חודש־ראפארטן זענען געװען די בעםטע און מײן פאן האט געשיכורט... אײנגעארדנט זיך אביסל אין דער באהעלטעניש, האב איך אנגעהויבן טראכטן װי אזוי אריבערצוברענגען מײן זון. כ׳האב אים אויף אײן מינוט נישט געקענט פארגעסן און געפרװוט פועלן בײ פרוי זאלעװסקא זי זאל אריבערפארן קײן צאזמער און ברענגען אונזער ירחמיאלן אין דער באהעלטעניש ארײן. דערבײ האב איו איר צוגעזאגט א הויז אין סטאשעװ אין גרײט געװען דאס אפשרײבן אויפן פלאץ. דעם גוי האב איך אװעקגעגעבן א גוטן אנצוג — (כ׳האב געהאט אויף זיך 2 אנצוגער), עס האט זיך געגאסן ״בימבער״ אן גרעניץ — ענדלעך האב איך באקומען א צוזאג פון זאלעװסקים װײב׳ אז זי קלײבט זיך אין װעג ארײן• פלוצלינג האט זיך ארײנגעריסן אין אונזער געפלאגטן לעבן א נײע פערזאן, װעלכער האט צונישט געמאכט דעם גאנצן פלאן און נישט אײנמאל אונז גורם געװען גרויםע צרות.
געקומען איז אן אוקראאינערין, דעם גוים א קרובה מיט א קלײן קינד צו גאסט. דעם ״םוד״ האט זי באלד אנטדעקט און די הינטישע אוקראינישע נשמה, האט אנגעהויבן העצן קעגן אונדז, געדריקט אויף זאלעװםקין ער זאל אונדו איבער־ געבן דער געסטאפא און פטור װערן פון דעם שװערן און געפערלעכן באגאזש. דער גוי איז ארומגעגאנגען א פארסמ־ טער, פון גרויס פערצװײפלונג איז׳ ער ארויף צו מיר און מיר אלץ דערצײלט... פאניע זעט, זי לאזט מיך נישט לעבן... און פארענדיקט די שמועסן האבן מיר שטענדיק מיטן ביטערן טראפן... איך האב די אוקראינערין אנגעהויבן בארויקן מיט געלט. געשריבן דײטשע בריף צו איר מאן אין געפאנגען־לאגער• כ׳האב מיט אלע מײנע רמ״ח אברים און שס״ה גידים געװאכט איבער אונזער בידנעם ביםל לעבן און אפגעגעבן א לויב פאר יעדן דורכגעלעבטן טאג. די אוקראינערין איז אויך געװען די סיבה פון צונישט מאכן דעם פלאן פון ברענגען מײן זון פון צאזמאר קײן ״יא־ קוביקי״. אונטער איר דרוק, האט זיך די זאלעװםקין קא־ טעגאריש אפגעזאגט ארויסצופארן דורכפירן די געפערלעכע שליחות. האב איך געשריבן א ברױו קײן צאזמאר צו אונזערע 3 קוזינקעס, װעלכע זענען אפיציעל איבערגעלאזט געװארן נאכן גירוש פון ״ױדנשטאט״. זײ האבן געוװםט פון אינזער באהאלטן קינד.
דער גוי האט אבער נישט געװאלט דעם ברױו שיקן מיט דער דארפם־פאםט מיט דער טענה, אז אין דארף שרײבט כמעט קײנער נישט קײן ברױו, קען מײן ברױו ארויפריפן אויפמערקזאמקײט און גורם זײן אן אומגליק... כ׳האב אים געגעבן געלט אויף הוצאות און ססז דאלאר צום טוישן... און ער איז געפארן קײן װארשע אװעקלײגן דעם ברױו. צוריקגעקומען פון װארשע איז ער א באטריבטער און אן אויפגערעגטער, אנגעפראפט מיט שלעכטע פאליטישע ידיעות. אט די שלעכטע שטימונג זײנע האט זיך געלאזט פילן אויף יעדן טריט און שריט און האט געהאט װירקונג אויך אויפן ״עסן״. אין ״נארמאלע רואיקע״ װינטערטעג פלעגן מיר בא־ ק־מען קארטאפל מיט זויערמילך און א ױם־טוב איז געװען װען א הון אדער א חזיר איז געפאלן... געװען א פאל װען א פערד איז אװעקגעפאלן. מײנע מיטזיצערם האבן זיך פשוט מחיה געװען מיט די פעטע שטיקער פערד־פלײש. איך מיט מײן פרוי אבער, טראץ דעם סטאבילן הונגער און אונזער הויט־און־בײנער־אויםזען, האבן מיר גישט געקענט אנרירן דאם נבלה־פלײש־ בײ דעם גויס האפענונגםלאזע שטימונג, אז די מלחמה װעט זיך קײנמאל נישט ענדיקן און אז די משא איז פאר אים צו שװער, האבן מיר אין געהײם געבעטלט בײ דער גויע א שטיקל ברויט•
די אטמאםפער, |1 קילאמעטער פון טויטן־לאגער טרעב־ לינקע איז געװען א שרעקלעכע, װאם האט אונדז גלײכגילטיק געמאכט צו אונזער גורל. טאג־טעגלעכע יאמערלעכע װײ־ געשרײען האבן זיך געטראגן פון די טראנםפארטן צום טויט־ פארמישפטע. אלעמאל האט גרילצענדיקע דזשאז־מוזיק פאר־ שריגן די לעצטע הילפם־רופן פון די פארפײגיקטע... די סביבה ארום האט געװימלט מיט פארשידענע אוקראי־