803 פנקם כמיעלניק 804 רוםלאנד מיט אמערקקע, און דאמאלס װעט מען אײך פאר־ טיליקן ביזן שורש״. איך נעם זיך צו מײן אלט־אויסגעפרװוט מיטל. כ׳שלעפ ארויס א ססז־ער און בעט אים ברענגען א ליטער... מיט פארבײםן. א שמײכל באװײזט זיך אויף זײן פנים און ער איז ממשיך ־ ״אז די טויט־געפאר׳ הענגט איבער מיר גענוי װי איבער אײך װײסטו גאנץ גוט׳ כ׳האב זיך געלאזט ארײנ־ גענארן פון דיר און גאר פון דיר׳ פאר דיר האב איך דרך־ ארץ׳ ביםט א געלערנטער און אינטעליגענטער מענטש און איך בין זיך מפקיר פאר דיר... אבער שטעל זיך פאר פאניע ״זעט״׳ אז אט די צװײ דרעקיקע ײדן — דײנע שכנים רעדן מיך צו, אז איך זאל דיך מיט דײן פרוי הרגענען, װײל דו האסט א סך געלט. ביזט געװען רײך אינדערהײם און או זײ האבן דיך געבעטן הילף האסטו זײ אפגעזאגט. זײ צאלן מיר שוין נישט דאס װאכן־געלט׳ איך ריזיקיר גוטװיליק מיט מײן לעבן, קומען די פארשאלטענע ײדן און לעגן מיר פאר׳ כ׳זאל װערן א רוצח, װאס װעט דער ״פאן יעזוס״ דערצו זאגןז״... כ׳האב פארביסן מײנע ליפן ביז בלוט פון דערשי־ טערונג און אים פארזיכערט׳ אז זײ האבן בײ מיר נישמ געבעטן קײן הילף און טראצדעם, װאם איך האב װײניק געלט־ מיטלען, װאלט איך אין אונזער לאגע זײ קײנמאל נישט אפ־ געזאגט און מיר װאלטן װי־עם־איז דורכגעקומען צוזאמען.
דאם איז געװען א ײדיש פארפאלק פון א דארף׳ ממש פויע־ רים מיט כאמישע נשמות. אין אנבליק פון א צרה׳ אנשטאט זיך צו װענדן צו מיר כ׳ואל זײ בײהילפיק זײן, איז זײ לײכטער געװען זיך דורכצושמועסן מיטן גוי און אים פארלײגן אונז צו דערמארדן און אויף אזא אויפן אויך אים זײן שװערן לאסט פארקלענערן... כ׳האב אים געבעטן אז ער זאל דערװײל פארשװײגן דעם גאנצן ענין׳ און די ״צדיקים״ האב איך שטילערהײט געװארפן אין זײער פרצוף־ ״מיר שטערן אײך׳ דואם י פארװאם געגאנגען צו אים מיט ברודיקן שקר, אז איך האב אײך אפגעזאגט צו העלפן ? כדי גרינגער מאכן זיך דאם ״אפרוימען אונז״ז — ער שװײגט, אבער זי׳ די מופקרת. ענטפערט מיר דרײםט: ״אין אזעלכע צײטן, קויפט מען זיך דאם אײגענע לעבן פארן פרײז פון צװײטנם לעבן״... א צוױיטער אויםטערלישער פאל פון גראבהויטיקער אומ־ פאראנטװארטלעכקײט מצד דער ײדישער פויערטע : זי איז פארגאנגען אין טראגן... די שטימונג אין הויף איז א מורא־ דיקע, דאס העצן פון דער אוקראינערין קעגן אונז איז אנגע־ גאנגען אפן און פרײ. די גויע האט געװאיעט, אז דער מאן האט זי פאראטן...
עפעם א געהײמע איבערנאטירלעכע קראפט האט איבער אונז געװאכט. צו 9 מאנאט האט זיך די פרוי בײ די דאך־ בעלקעם אנגעהאלטן און נישט געקרעכצט... געבוירן געװארן א שײן געזונט מײדעלע, בײם ערשטן ״פישטש״ — האט עס אבער די ״מוטער״ דערשטיקט און עם קובר געװען בײם קלאזעט... צוױי סראסטיקע װינטערם זענען מיר געװען פארשטעקט אויםן בוידעם, די װינטן און זאװיערוכעס האבן געריםן פון אלע זײטן׳ אנגעטוען זענען מיר געװען אין טראגטעם און שמאטעם, נישט פארקילט זיך, יעדן אין דערפרי אײז־מאםקעם פון פנים אראפגענומען׳ און קײן הוסט נישט געגעבן... דער גזר דין איז געװען: בדמײך חײ... אין דײן בלוט זאלםטו לעבן...
די ידיעה אז דער מוםאליגי־רעזשים איז געפאלן איז אויך צו אוגז אויפן בוידעם דערגאנגען, דער גוי האט זיך צוזאמען מיט אונז געפרײט. כדי צו באגיםן די בולטע דערנענטערונג פונם םוף׳ האט ער אויף ״זשעלאנע שװיאנטקי״ — שבועית, אװעקגעשלאכטעט א דבר־אחר און חגא, אזײגער 12 בײטאג, אראפגערופן מיך און מײן פרוי צו מאכן א ״לחײם״. מיר באװײזן אבער נישט צו קומען צום טעם און מיר דערזען דורכן פענצטער, װי עם דערגענטערט זיך א באנדע ס. ס.־ לײט גלײך צו אונז אין שטוב. צוריק צום באהעלטעניש איז שוין געװען אוממעגלעך. דער גוי, אין זײן קאלטבלוטיקײט שטופט אונז שנעל ארײן אין דער צװײטער שטוב און פאר־ שליםט הינטער אונז די טיר. אונזער לאגע איז געװען דורכזיכטיק׳ אדער דער דײטשער מלאך־המװת אדער זאלעװם־ קי מיט זײן בני־בית װעלן עם מער נישט דולדן און אונז שיקן צו אלדע רוחות... ס׳דערהערט זיך א געשרײ פון א ס. ס.־מאן: ״עס איזט זא הײםי״ און רײסט זיך ארײנצוגײן אין צװײטן צימער... דער גוי זאגט אימ אבער־ ״קאמען זי מיט מיר איגעם גארטן — היר איםט נאך הײסער״ (איך האב אים אזיסגעלערנט אביםל דײטשמעריש). א נײער נם. ער פאלגט אים און זײ גײען אלע ארוים אין פרוכט־גארטן, נאך א פערטל שעה קומט ארײן דער בעל־הבית און שמײכלט : ״גאט שיצט אײך, — זײ זענען געקומען נאך מיר, איך זאל צוזאמען מיט זײ דורכזוכן דעם שטח׳ צי עס זענען נישט פאראן קײן ײדן״... דערנאך האט די גויע זיך אויםגעשפרײט פאר דער ״מאטקע באסקע״ און איר באדאנקט פאר דעם חסד... זי דערצײלט מיר אגב, אז די לעצטע נאכט האט זיך פאר איר די ״הײליקע פאננע מאריע״ אנטפלעקט און האט צו איר געשמײכלט... א באװײז, אז זי איז צופרידן פון זײערע מעשים טובים...
מיט א פאר טאג שפעטער האט זיך פארשפרײט א ידיעה איבערן דארף׳ אז דער צורר הימלער קומט קײן טרעבלינקע. הױת װי די לאגע אויף די דײטשע פראגטן האט זיך זײער פארערגערט, װילן זײ אפװישן יעדן שפור פון זײערע שרעק־ לעכע פארברעכנם, וכך הוה. די מאסן־קברים זענען אויפגע־ גראבן געװארן און חדשים לאנג איז דער הימל איבער די טרעבלינקע־פעלדער געװען בלוט־רויט פון ברענען די הרוגים און א שטיקענדיק געשטאנק האט זיך געטראגן אין דער גאנצער געגגמ פון פארםמאלעטע צענערטויזנטער מענטשלעכע קערפערם. אין די חדשים מאי־ױני 1944 דערגײען צו אונז קלאנגען, אז דאם דײטשע מיליטער פארלאזנדיק די אקופירטע געביטן פארברענט הינטער זיך מאסן דערפער און נעמען מיט זיך די מענער צו שװערע פארטיפיקאציע־ארבעטן. מיר האבן געזען די םומאטאכע װאס איז אנטשטאנען : װי