805 מאטל זאנשײן — מיטןי טויט #ױם אל פנים 806 זײ האבן גערויבט בהמות׳ חזירים און געברענט די הײזקעס בײם אפטרעטן. אין מיםן־טאג באוױיזט זיך פלוצלינג די פאני זאלעװםקי און לייגט אונז פאר מיר זאלן אראפגיץ םמ באהעלטעניש. זי האט מורא פאר רעװיזיעם און מען קען נאו אונז אנטדעקן. זי װיל מיר זאלן זיד אין הײ־םטאגעם פארשטעקן. זי װעט אונז דערלאנגען דארט עםן• איך האב אבער קאטעגאריש אפגעװארפן דעם פלאן מיט דער טענד״ אז 18 מאנאטן זענען מיר דורך גאט אפגעהיטן געװארן דא אויפן בוידעם, מן־ הסתם דארף עס אזוי יימ ביז צו דער גליקלעכער ענדע. זי האט געדראט מיט נישט געבן די בידנע הונגער־פארציעס, מיר האבן טאקע דרײ מעת־לעתן נישט באקומען קײן עםן׳ אץ געלעגן װי פגרים אין אנמאכט׳ — אויםגעזען האט עס, אז זײ האבן אין לעצטן מאמענט געװאלט פון אונז פטור װערן׳ כדי אויף אזא אופן צו פארטושן יעדן שפור׳ אז זײ האבן אויםבאהאלטן ײדן... ריכטיק איז געװען מײן שטעלונג פון נישט װעלן איבער־ גײן אין די הײ־םטאגעם׳ וױיל אפטרעטנדיק, האבן די דײטשן געברענט די פעלדער און װער ס׳איז ארויםגעלאפן פון די ברענענדיקע סטאגעם איז דערשאסן געװארן...
דעם 3־טן אויגוםט 1944 האבן די דײטשן בהלהדיק זיך געפאקט און ארויסגעגעבן א באפעל, אז די דארפס־באפעל־ קערונג מוז פארלאזן די הײזער׳ וױיל עם גרײט זיך א פראנט אין דארף. באלד הערן זיך שוין גראנאטן־אױפרײםן, א קעגנ־ זײטיקע באמבארדירונג. עס ברענען היתקעם אין דארף׳ די באבע מעלדעט אונז א זײגער 12 בײטאג, אז זי גײט מיט אירע הויז־חױת אין װאלד ארײן. איך בין באלד מודיע מײנע מיט־מענטשן, אז מיר גײען אויך. ״םטײטש׳/ — מאכן זיי א געװאלט, — ם׳איז דאך װײםער־ טאג ד איך קלער זײ אויף, אז דער דײטש האט מיט זיך צו טוען און האט איצט נישט אין זין קיץ ײדן׳ נא זעט׳ װי עס באװעגן זיך פארשידענע מענטשן׳ צװישן זײ קענען אויד זײן ײדן. דא צו בלײבן, דראט אונז אין די לעצטע מינוטן פאר דער באפרײאונג געהרגעט צו װערן פון א באמבע׳ אדער פ.־ן אן אנדער כלי־משחית. איך שטעל דעם לײטער שנעל אראפ און מיר גײען׳ איך שטעל מײנע ערשטע שריט מחוץ דעם גוים הויז, זאגן מײנע פיס זיך אפ פון גײן. 19 מאנאטן אפגע־ װוינט זיך פון גײן און די פים האבן פארגעםן זײערע פונקציעם צו װעלכע ױי זענען באשאפן געװארן... מען האט מיך קוים דערשלעפט אין װאלד ארײן, אין דעם זעלבן װאלד פון װאנען מיר זענען מיט 19 חדשים צוריק געגאנגען זוכן א נאכט איבערצונעכטיקן•
פלוצלינג דערהערן מיר א געשרײ ״אלא באגאד און א מאן באצלמט זיך און רופט אוים צו מיר. ״פאן זשיעז״ — דו לעבסט ? : דאס האט אונז דערקענט דער שוםטער, װאם האט אין יענער טראגישער שפרינג־נאכט אוגז געשיקט צום גאיאװע זאלעװםקי איבערנאכטיקן• ער רוםט פון גרויס איבעראשונג אויםן קול : ״יאשו׳ מארישו ו, (זײן פרוי און טאכטער) קומט׳ זעט גאטס װונדער ן געדענקט איר די אומגליקלעכע אין יענער פינצטערער און פראםטיקער גאכט. דער גאט האט מיר דעמאלט ארײנגעגעבן דעם געדאנק זײ צו שיקן צו זאלעװסקיך. זײן אויפריכטיקע פרײד האט ער אויםגעדריקט מיטן אראפ־ ציען פון אונז די צעריםעגע שיך און זײ באלד געהעריק אויםגעלאטעט. קײן פראנט־קאמפן האבן זיך אין דארף יאקוביקי נישט אנטװיקלט. די דײטשע רוצחים זענען אפגעטרעטן׳ און מיטן פרימארגן פון 4־טן אויגוםט 1944 האבן די רוסן באזעצט דאס דארף.
אן אפמאך האב איך געהאט מיטן פאן זאלעװסקי׳ אז מיט דער באפרײאונג דארפן מיר פארשװינדן װערן און קײן מענטש פון דער םביבה טאר נישט װיסן, אז ער האט ײדן בײ זיך אויסבאהאלטן. ער האט מורא געהאט פאר נקמד״ װײל די טרעבלינקער געגנט איז נאך פאר דער היטלער־אקופאציע געװען ״ױדן־רײך. דער פאן זאלעװסקי אליץ האט אבער נישט אויסגעהאלטן דעם נסיון. געוװיר װערנדיק, אז אין שפיץ פון פולק, װאס האט באזעצט יאקוביקי שטײט א ױנגער ײדישער גענעראל׳ — רוסיש האט ער געקענט — איז ער מיט פרײד אװעק צום גענעראל און איפ דערצײלט, אז ער האט גערא־ טעװעט 4 ײדן. באלד איז דער קאמאנדיר־גענעראל מיט א רײ הויך־ ראנגיקע ײדישע אפיצירן אראפגעקומען צו אונז׳ זיך געקושט מיט אונז און געוױינט מיט אונז צוזאמען. זײ זענען געװען ײדן׳ װאם זײערע נאענטםטע זענען אומגעקומען אין קיעװ און םביבה דורך די היטלער־רוצחים. זײ האבן אונז, און דאם ארט װו מיר זענען אויסבאהאלטן, פאטאגראפירט. זײע־ רע שאקאלאדן׳ קאנםערװן׳ װאדקע, געזאנגען און טענץ׳ האבן אונז צוביסלעך צוריק אין לעבן ארײנגעפירט. דער גוי האט זיך משמח געװען׳ ארײנגעגאסן אין זיך גאנצע ליטערס אמתער רוםישער װאדקא, באקומען א צוזאג׳ אז חבר םטאלין, װעט אים פאר זײן דרײםקײט .א מעדאל שיקן. דערװײל איז דאם דארף געגאגגען אויף רעדלעך : ״זאלע־ װםקי האט געראטעװעט ׳ידך...
א נישט געשמאקער עפיזאד האט אונז געטראפן אין דעם ערשטן פרײהײטם־פרימארגן : אזײגער 8 אינדערפרי האט זיך ארײגגעריםן אין הויף א רוסישער סאלדאט מיט א פערד און געפאדערט עסן: ״דאװאי קושאט״. די זאלעװםקין האט אים און דעם פערד געגעבן גוט אגצועםן, איך שלײך זיך צו מײן באפרײער און גיב אים א פרעג: *זענען פאראן א םך ײדן בײ אײך אין פולקז ער קוקט מיר אן מיט חשד און װארפט מיר א זאג אין פנים: ״יעװרעי םאבאטשי נאראד״ו (ײדן א הינטיש פאלק), און װערט פארשװונדן. כ׳האב דאם דערצײלט דעם גענעראל, ער האט גענומען בײ מיר פרטים װעגן זײן אזיםזען און געשיקט אים זוכן. ״װעםט זען׳ זאגט ער צו מיר׳ אז אין קײטן װעט ער אויף 10 יאר קײן םיביר פארשיקט װערן״׳ מען האט אים אבער נישט געפונען. פילנדיק׳ אז די ערד ברענט אונטער אים׳ האט ער געמאכט א ויברח.