Original scan
Original memorial-book scan 404
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-775

807 פנקב כמיעלניק 808 ארײנאטעמענדיק פולע הויפנס פרייהײטס־לופט האבן מיר זיך הארציק געזעגנט מיט די׳ װאס האבן צוזאמען מיט אונז זײער לעבן אין קאן געשטעלט און אונדז דערפירט צו א גליקלעכן סוף. מיר זעגען באלד אװעק קײן לובלין׳ מיטן געדאנק און באגער אויפצוזוכן אונזער זון ירחמיאל הי״ה װעמען פון אונ־ זערע עלטערן׳ שװעסטער׳ ברידער׳ און ברײטע פאמיליע׳ אבער חרוב ומוחרב איז געװארן אוגזער לעבן׳ — פון אונזער פארצװײגטער פאמיליע איז קײן לעבעדיקער נפש נישט געבליבן. דער גורל טראגט אין זיך טײװלאנישע אומגליקםצופאלן : מײן בריװ׳ װעלכער איז געשיקט געװארן דורך װארשע קײן סאנדאמיעזש׳ האט גורם געװען דעם טויט פון אונזער אונ־ פארגעסלעכן זון ירחמיאל הי״ד דורך די נאצישע הענקער אויפן װעג פון סאנדאמיערזש קײן װארשע. םאנדאמירער אפגעראטעװעטע ײדן האבן מיר נאכן קריג׳ איבערגעגעבן דעם טראגישן פארלויף :

passage_b4898c8ce02a33768bbc48d8
Passage 2normalized OCR · source chars 777-1520

מײן ברױו איז אנגעקומען קײן סאנדאמיעזש. אונזער זון׳ װאס איז אין טרויער נאך זײן טאטע־מאמע א צײט געװען אין טיפער מעלאנכאליע׳ האט אויפגעלעבט מיטן דערהאלטן דעם בריװ און באשלאםן צו פארןיקײן װארשע׳ װײל דער ברױו האט דאך געטראגן דעם פאסט־םטעמפל פון װארשע... די 3 קוזינקעם האבן נאך געהאט א שװעםטער אין װארשע־ װער געטא׳ איז אײנע פון זײ צוזאמען מיט אונזער זון׳ געפארן אונז זוכן. זײ האבן געפרנען דעם טויט נישט דערפארנדי ־ און איבערגעלאזט אײביקן אומעט אין אונזערע נשמות. אין א צײט ארום׳ זיצנדיק בײ מײן ארבעטסטיש אין ײדי־ שן צענטראל־קאמיטעט אין װארשע׳ קומט ארײן צו מיר א באקאנטער קאםאװער ײד — קאסאװ איז אין דער געגנט פון יאקוביקי — און גיט מיר איבער דעם צװײטן טראגישן פינאל פון אונזער באהעלטעניש: די א.ק.־באנדעם האבן זאלעװםקין דערשאסן פאר אפראטעװען 4 ײדן...

passage_a7921da54d1ed772ac3c5dd1