Original scan
Original memorial-book scan 405
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1087

ױםף קלײנערט / אױ א באהעלטעניש אױ כמיעלניק גופא (חולין) שוין אין הארבסט 1941 איז פאר אונדז, כמיעלניקער ײדן׳ געװען קלאר די טרויעריקע לאגע. כאטש מיר זענען געװעזן גענצלעד אפגעשניטן פון דער אויםערלעכער װעלט• האבן מיר דערהאלטן ידיעות פון די פאליאקן, װעלכע האבן אונדז צוגעטראגן די ״גוטע״ בשורות װעגן די אויסזידלונגם• אקציעס פון ײדן קײן מײדאנעק און טרעבלינקא. אין די דוינטער־חדשים 1941/42 האט זיך די ״אקציעס״־ כװאליע עטװאם פארקלענערט, אבער מיטן אנקומען פון פרילינג 1942 האט זי זיך אנגעהויבן מיט א פארשטארקטן שנעלן טעמפא. מיט יעדן טאג האט מער געשטיקט און געװארגן. ײדן האבן דעריבער אנגעהויבן פיבערהאפט זוכן רעטוגגם־װעגן: שאפן זיך אריער־פאפירן, פאלשע מעטריקעם׳ דײטשע ״קענקארטן״, כדי זיך ארויסגנבענען פון געטא אין גײן אלם גוי צװישן גוײם, בויען אין א פארװארפן װיגקל א בונקער, א קעלער און זיך אין אים באהאלטן אדער גײן אין א װאלד און זיך דארטן באהאלטן װי א חיה : אדער גאר ~ און דאס איז געװען דער אײנציקער מעגלעכער װעג — גײן צו א באקאנטן פאליאק (װעלכער ײד האט נישט געהאט קײן באקאנטן גוי ?), אים געבן דאס גאנצע האב און גוטם און זיך בײ אים באהאלטן• טויזנטער כמיעלניקער ײדן זענען געגאנגען אויף דעם װעג.

passage_b167f670195f5d01eb073a14
Passage 2normalized OCR · source chars 1089-2070

זײ האבן געגלויבט אז זײ װעט ״געלונגען״ צו געפינען דעם אמתדיקן גוטן פאליאק און פרײנט, װאם װעט זײ ארויסוױיזן גרײטקײט נישט נאר צו העלפן זײ באהאלטן נאר אפילו זיך זעלבםט מקריב־צו־זײן. דאם גליק פון דעם ײד װאם האס געפונען אזא גוי, איז געװען פארשטענדלעך גרוים׳ קיױ צרות האבן זײ אבער נישט געפעלט. דער גורל פון די צװײ טויזנט כמיעלניקער ײדן, װעלכע האבן זײער גורל אנפארטרויט איז די הענט פון באנדיטישע פוילישע װעלף אין די פעל פון שעפםעלעך, זײערע לײדן און טראגישע איבערלעבענישן זענען — דאכט זיך — געװען פילײכט גרעםער פון די אין טרעבלינקי. איך בין אויך — באין ברירה — געגאנגען אויף דעם דאזיקן װעג. דער קרײז פון מײנע ״פוילישע פרײנט״ און באקאנטע איז געװען גישט קײן קלײנער, אבער אין ליכט פװ דער װירקלעכקײט, אין ליכט פון פאקטן און באוװםטזײן דאס נאר א דאנק די פאליאקן און זײער מיטהילף איז פאר היטלערן מעגלעך געװען די אדורכפירונג פון זײן טײװלאנישן פלאן — האב איך זיך זעלבסט נישט גענארט און פארויס געװוםט, אז מײנע באמיאונגען װעלן זיך נישט ענדיקן מיט דערפאלג. פונדעםטװעגן בין איך געגאנגען פון אײן ״פרײנט״

passage_f3044eee49e7a81ad9b9a1a7
Passage 3normalized OCR · source chars 2072-3230

צום צװײטן, צום צענטן, צום הונדערטסטן, יעדן געפרוװט איבערצײגן מיט אלע מאטױון — מענטשלעכע, מאראלע׳ פאט־ ריאטישע, רעליגיעזע. א טײל פון זײ האט מיר אפגעזאגט אפן און אן םענטימענטן, א טײל האט ארויסגעװיזן א מיט־ געפיל אבער געהאט פארשידענע תירוצים. א גרויסער טײל אבער איז געװעזן גרײט צו באהאלטן מײנע זאכן (אײנער פון די דאזיקע ״פרײנט׳/ װעלכן איך האב איבערגעגעבן צו באהאלטן אלבומען מיט א פיל־יאריקער זאמלונג פון מײנע פארשידענע משפחה־פאטאם׳ האט זײ — װי איך האב זיך איבערצײגט — דעם זעלבן טאג פארברענט. די אלבומען מײנע האב איך נאכן קריג געטראפן בײ אים פול מיט זײנע אײגענע פאטאם). נאך לאנגע חדשים זוכענישן אן דערפאלג איז אוגטערגעקו־ מען די ערשטע גרויםע אויסזידלונג. שוין פאר דער אקציע בין איך געקומען צו א קאטעגארישן באשלוס : פון כמיעלניק װעל איך נישט ארוים. בעסער דערשאםן צו װערן דא, װי גײן אין א גאז־קאמער. מײן פרוי איז מסכים געװען צו דעם. װעגן דאזיקן באשלום האב איך איבערגעגעבן מײנע פרײנט און באקאנטע. צװישן זײ הערשל האראװיץ, דעם אײדעם פון משה פאםטערנאק. צװײ טעג פאר דער אויםזידלונג קומט צו מיר הערשל און זאגט מיר : איך׳ מיין פרוי און משפחה האבן באשלאםן דאס זעלבע. נעם שוין דיץ משפחד״ קום צו אונדז אין אונדזער בוידעם• װאם עם װעט געשען — װעט געשען מיט אונדז אלע צוזאמען.

passage_9a0b6adedca33c76aa54ed2d
Passage 4normalized OCR · source chars 3232-4070

אויף דעם בוידעם פון משה פאםטערנאקס ליכט־און זײף־ פאבריק האבן מיר, איבער 20 נפשות, איבערגעלעבט די אויםזידלונג. מיר האבן געצײלט די שאסן, פון יעדער קויל איז געפאלן א ײדישער קרבן. נײן טעג זענען מיר געלעגן אויף דעם בוידעם. די קלײנע ביז הונדערט פערזאנען גרופע איבערגעלאזענע ײדן איז געװאקםן פון טאג צו טאג : די באהאלטעגע האבן אנגעפאנגען ארויסצוקריכן פון זײערע באהעלטענישן: בוידעם, קעלער און לעכער און צוריקקומען פון די ארומיקע װעלדער און פעלדער. מיר זענען אויך אראפ פון בוידעם. די צאל ײדן אין כמיעלניק האט געצײלט איבער דרײ טויזנט. װידער האבן מיר אנגעהויבן זוכן א באהעלטעניש, זיך אנגעטראפן אויף אן אומברחמנותדיקן ״ניע״. װידער ארויף אויפן בוידעם און דארט איבערגעלעבט די צוױיטע אויסזיד־ לונג. מיט יעדן טאג האבן מיר זיך מער דערנענטערט צום מאמענט פון דער ענדגילטיקער ליקװידירונג פון כמיעלניקער ײדן. פון די דרײ טויזנט ײדן איז געבליבן א נישטיקע גרופע

passage_c131e472eed9037711ddb11e