Original scan
Original memorial-book scan 407
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1082

813 ױםף קלײנערט — אין א באהעלטעניש אין במיעלניק גופא 814 דערוױיטערן די דאזיקע שטערוגג װעט אלץ זײן איז ארדע־ נונג. די שװעריקײט איז : איך האב א געליבטן װעלכער קומט זײער אפט צו מיר. ער אח אויך אונדזער בעל־פרגםה. אן זײן הםבמה קען לײדער די זאך גאר נישט זײן. א דערשראקענער און ציטערנדיקער װי אין פיבער, פרעג איך זי : קען איך װיסן זײן נאמען ז — יא — ענטפערט זי. דאס איז יאנעק ש. רײד מיט איס און װאס ער װעט באשטימען, אזוי װעט זײן. יאנעק ש. איז געװען א ױגגער, געזונטער גוי, א זון פון א רײכער מױחםדיקער כמיעלניקער פוילישער משפחה. ער איז אבער געװען א ביסל א ״פלעק״ פון דער משפחה. ער איז געגאנגען אויף אנדערע — װי זיץ פאטער — װעגן, זיך גישט געװאלט לערנען• זיך געחברט מיט נישט פאסנדע חברים. ליב געהאט א כוס׳ע, צו פארברענגען מיט פארשידענע פרויען. װי עס איז מיר שפעטער קלאר געװארן, איז יאנעק איר שטארק געפעלן געװארן. זײן יחום און זײן פאטערם עשירות. האבן איר אפנים שטארק אימפאנירט. זי האט זיך אין אים שטארק פארליבט. אײנע פון די הויפט־מאטױון פאר איר דעציזיע איז אפנים געװען די האפענונג, אז אויב ס׳װעט איר געלונגען װעט זי אויך װערן פארמעגלעך, אן אײגנטימערן פון א הויז און א ״פאני״ װי זײן מוטער.

passage_1004aa343b70039f1888a6e2
Passage 2normalized OCR · source chars 1084-2217

באלד אינדערפרי האב איך אויפגעזוכט יאנעקן׳ אװעק מיט אים אין א זײטיקער שענק, אװעקגעזעצט זיך מיט אים אין א װינקל און אים אויפגעקלערט די זאך בעטנדיק אים שטארק ער זאל רחמנות־האבן אײף מיר און מיץ פאמיליע. יאנעק׳ אן אויפריכטיקער און קלוגער שײגעץ האט די זאך אויפ־ גענומען רואיק, געשטעלט מיר עטלעכע פראגן׳ טיף זיך באטראכט און באשלאסן צו געבן מיר אן ענטפער אין עטלעבע שעה ארום. — דו װילסט זיך מיט װעמען עס איז באראטן ז — האב איך אים געפרעגט. — זאל גאט באהיטן — ענטפערט ער מיר — באראטן זיך הײסט דאך פאראטן, און דאם װיל איך נישט. איך װיל זיך בלויז באקלערן װי אזוי דיר צו העלפן אין צו רעטן. נאך דרײ זײער לאנגע און שװערע שעהן, האב איך זיך װידער צונויפגעטראפן מיט יאנעקן. זײן ענטפער איז געװען אן אפענער, פעסטער און דעצידירנדיקער. איך האב אים געגלויבט און נאכן מאכן א ״לחײם״, זאגט מיר יאנעק׳ אז ער האט אויך באשלאסן צו גיץ אין איר װוינונג און דארט װוינען צוזאמען מיט אונדז, װײל ער פארלאזט זיך נישט אויף דער פרוי ק. אליץ. דאס איז איבערגעשטיגן אלע מײנע האפענונגען, כ׳האב זיך נישט געריכט, אז א גאסן־שײגעץ זאל זיך דערהײבן אין זײנע מענטשלעכע געפילן און גרײט זײן צו העלפן א פרעמדן ביז צום העכםטן שטאפל. װען איך בין אין יענער נאכט געקומען צו דער פרײ ק״

passage_91999bc28e8994661bf686e8
Passage 3normalized OCR · source chars 2219-2723

איז שוין דארטן יאנעק געװען דער גאנצער באלעבאם. די אטמאספער איז געװען א געהויבענע און ױם־טובדיקע. דער טיש — פול מיט געטראנקען און עסן. דעם ס2־טן נאװעמבער 1942 בײנאכט האב איך אריבער־ געפירט אין דער נײער װוינונג, מײן פרוי מיט אונדזער 4 יעריק מײדעלע. איך אלײן בין צוריק אװעק אין געטא. אין משך פון עטלעכע טעג האבן מיר — איך און יאנעק — מלך מענדראװםקיס ד קינדערלעך, באקאנט געװען אין כמיעלניק אלם ״זאץ־געװיכטלעך״. לײדער איז נאר אײגע פון זײ געגליבן בײם לעבן, די ערשטע אויפן בילד — ריװע, געפינט זיך אין טרינידאה

passage_2597f061d6540e6cf7cd3c9d