815 פנקם כמיעלניק 816 איבערגעטראגן אלע אונדזערע װערטפולע זאכן צו דער פרוי ק. די צאל זאכן — מײנע און מײנע קרובימס — איז גישט געװען קײן קלײנע. קײנעם פון די שכנים איז דערבײ נישט אײנגעפאלן װאס דא קומט פאר. פארשטאנען האבן זײ, אז דאס אלץ זענען יאנעקס זאכן (ראבירטע, פארשטענדלעך, בײ ײדן). װעלכע ער טראגט איבער צו זײן געליבטער.
די גרופע ײדן אין געטא — װי שױן געזאגט — איז געװעזן א קלײנע. נאר ױנגע מענטשן און קינדער• די צאל האט זיך מיט יעדן טאג פארקלענערט — די װאם האבן געפונען עפעס א מקלט, זענען אװעק. א גרויסער טײל פון דער גרופע, די אפיציעל איבערגעלאזטע גאך דער צװײטער אקציע, שנײ־ דערס און שוםטערם, האבן גענײט פאר די זשאנדארמען• די איבעריקע זענען געװען פארנומען בײם ליקװידירן די רעשט־ לעך פון דעם איבערגעלאזטן ײדישן פארמעגן. אנהויב דעצעמ־ בער האט זיך די ארבעט געענדיקט, די גרופע איז געװארן ״ארבעטסלאז״ — דאס האט באדײט דער םוף. מען האט זיך אויף אים געריכט יעדע רגע. בײנאכט זענען מיר אװעק אויף די בוידעמם. בײטאג — געהיטן זיך אויף יעדן טריט און שריט. אזוי האבן מיר זיך ארומגעװאלגערט נאך דרײ װאכן. אין די מארגן־שעהן פון דעם 30־טן דעצעמבער 1942 האט מיך אויפגעװעקט אן אפקלאנג פון א שיםערײ. די לעצטע גרופע ײדן איז יענעם טאג ליקװידירט געװארן. א טײל זענען געשיקט געװארן קײן קיעלץ. די איבעריקע — נאר עטלעכע פערזאנען. קײן סאנדאמיר, — דעם לעצטן ײדישן געטא אין אונדזער קרײז• כמיעלניק איז געװארן ״ױדענפרײ״.
בשעת די אונטערהאנדלונגען מיט מײנע פוילישע רעטערס. האט זיך קײנער פון אונדז נישט אפגעגעבן קײן רעכענונג װעגן דער הויפט־זאך: וװ װעלן מיר זיך באהאלטןי איך האב זיך נישט געפרעגט, װײל איך האב אין זינען געהאט: מיר װעלן זעען. װאס ם׳װעט זײן, װעט זײן. זײ װידער האבן װארשײנלעך נישט פארשטאנען װי גרוים און שװער עם איז די פאראנטװארטלעכקײט, װאס זײ נעמען אויף זיך, און גישט געקלערט װעגן דעם, אז די קלענםטע אומפארזיכטיקײט — און דאם אומגליק איז דא. אלע פאליאקן האבן זיך קעגנזײטיק חושד געװען אין באהאלטן ײדן. יעדער האט בײם צװײטן געזוכט עפעס א צײכן װעגן דעם, כדי אים צו פאראטן. באהאלטן זיך אין דער װוינונג גופא איז געװען מעגלעך >. טאג, צװײ, דרײ אבער נישט לענגער — צום דאזיקן באש״ לום איז אויך געקומען מיץ פרוי׳ װעלכע איז געזעסן פאר־ שלאםן אין דעם צװײטן קלײנעם צימער פון דער װוינונג. יעדער שכן באזונדער האט אפן געפרעגט דער פרוי ק. הלמאי זי שליםט צו די טיר פון צימער. זי האט זיך פארטײדיקט מיט יאגעקן און זײנע ״זאכן״, װעלכע ליגן דארט אפן. דער ענטפער איז געװען פאר זײ א פארשטעגדלעכער און גענוגנדיקער. אבער װי לאנג קען דאס דויערן ז יאנעק און פחי ק. זענען געװען שיכור פון זײער ליבע און עשרות און זיך נישט אפגע־ געבן קײן חשבון, ביז אײנמאל אין דער דריטער נאכט פון
אונדזער זײן דארט, האט מײן פרוי דערזעען װי די פרוי ק. הויבט אויף א שטיקל ברעט פון דער פאדלאגע אין װינקל פון דער קיך, בײגט זיך דארט ארײן און נעמט פון דארט ארוים קארטאפל. מײן פרוי האט זיך תיכף פאראינטערעםירט מיט דעם קעלער און פעםטגעשטעלט, אז זי האט אנטדעקט דעם אמתן אוצר, אן אמתן פלאץ פאר אונדזער באהעלטעניש. זי האט טאקע געבעטן די פרוי ק. זאל אונדז דארטן אײנ־ ארדענען. די פרוי ק. האט תחילת די זאך נישט פארשטאנען. אבער יאנעק האט זיך באלד אריענטירט און נישט לאנג קלערנדיק איז ער ארײן אין דעם לאך, ארויסגעװארפן פון דארטן די לאטעס און שמאטעם װאם האבן דארטן געפוילט, װי אויך דאם ביםל קארטאפל, ארויסגעצויגן פון זײן שיעניק אביםל שטרוי און מיט דעם אויסגעבעט די פײכטע ערד, אראפגעװארפן א קישן און בעטגעװאנט װי אויך א ״װיאדרע״ אויף אומרײניקײטן און דאם ״צימער״ איז פארטיק און מעב־ לירט. מײן פרוי און קינד זענען גלײך אראפ אין קעלער און צומארגנם זענען שוין די טירן און פענצטער פון דער װוינונג געװען אפן און זיך ״געלופטערט״ אין די אויגן פון אלע שכנים : קומט זעט — קײן ײדן באהאלטן זיך דא נישט אוים. אזוי ארום איז יעדער חשד פארשװונדן. דרײ מעת־לעת בין איך נאך געבליבן אויפן בוידעם. פארשטײענדיק, אז דאם געטא װערט נאך געהיטן, האב איך זיך מיט דער גרעסטער פארזיכטיקײט שפעט אין דער דריטער נאכט דורכגעגנבעט זיך פון הויז צו הויז און — ארײן אין דעם פינצטערן לאך. איך האב פארנומען מײן פלאץ, און עס איז מיר ליכטיק געװארן פאר די אויגן. נײן, דאם איז נישט קײן פינצטערער, נאםעד קבר — דאם איז אן אידעאל ארט איבערצולעבן. דאס קעלערל האט פאר דער פרוי ק. געדינט צום האלטן קארטאפל איבערן װינטער. די ברײט איז געװען צוגעפאםט פאר צװײ מענטשן, די לענג האט נישט געקלעקט פאר א נארמאל געװאקםענעם מענטשן, און מיר האבן געמוזט די פים אײנבײגן אין דער
הויך. די הויך איז געװען קלענער פון דער הויך מײנער זיצנ־ דיק. ליכט און לופט האבן מיר געהאט דורך די שפארעס אין דער פאדלאגע. פון ערשטן טאג אן האבן מיר װי געהעריק פארשטאנען אונדזער לאגע און זיך צו איר צוגעפאסט. קודם כל האבן מיר זיך באמיט נישט צו פארשאפן אונדזערע באלעבאטימ קײן שום שװעריקײט. מיר האבן קײן מאל גאר נישט געפאדערט אדער געבעטן נאר געדאנקט פאר אלץ, װאם מיר האבן באקומען. און װען מיר האבן — װי עם פלעגט אפט געשען — נישט באקומען קײן עםן, האבן מיר שטיל און געדולדיק געװארט. מיר האבן צװישן זיך נישט גערעדט. װאס האבן מיר געהאט צו רײדןז מיר זענען געליגן שטיל. צום גליק האט אונדזער פיר־יעריק מײדעלע אויך פארשטאנען די לאגע און האטזיךאויפגעפירט נאך בעםערװימיר. טײלמאל פלעגטזי מיט איר פינגערל בײם מויל װײזן אונדז מיר זאלן נישט צװישן זיך שעפטשען, זי האט פארגעסן בכלל צו רעדן און אויך נישט געוױינט, אויך װען זי איז געװען הונגעריק האט