Original scan
Original memorial-book scan 41
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-937

ד״ר ג מ. געלבער / געשיכטע פװ ײדו אױ כמיעלניק (ירושלים) א. די שטאט גופא כמיעלניק װאס ליגט אין מיטן װעג׳ װאס פירט קײן קעלץ און בוסקא, איז גוט באקאנט אין דער געשיכטע פון פוילן. שוין אין יאר 1241 האבן אין איר אומגעגנט זיך אפגעשפילט שטארקע קאמפן מיט טאטארן. כמיעלניק אלײן איז פאקטיש געװען א פעסטונג קעגן די טאטארן־אינװאזיעס. אין א שלאבט קעגן די טאטארישע הארדעס׳ װאס איז פארגעקומעז בײ כמיעלניק אין יאר 1247, אונטער דער אנפירונג פוז באטוכאן, זענען פארניכטעט געװארן די פוילישע חײלות און דער גאנצער געביט צויזמיר (םאגדאמיעזש) —קראקע — װראצלאװ, איז כמעט װי פון דער ערד אפגעמעקט געװארן. די טאטארן זענען ארײנגעדרונגען ביז שעראדז, לענטשיץ און האבן מיט זיך פארשלעפט אין געפאנגענשאפט טויזנטער אײנװוינער, בתוכם אויך ײדן פון שלעזיע און פון פױלן די דאזיקע געביטן זענען צענטליקער יארן געבליבן פאר־ װיםט און ערשט מיט דער הילף פון דייטשע קאלאניסטן זענען דארט װידער אנטשטאנען נײע ישובים. ס׳איז נישט באקאנט צי אין יענער תקופה איז כמיעלניק שוין געװען א שטאט.

passage_e65b3b45b924a7d2be4aed03
Passage 2normalized OCR · source chars 939-2039

דער ערשטער דאקומענט װאם באצײכנט כמיעלניק אלם שטאט מיט מוניציפאלע רעכט, שטאמט פון יאר 1551. אין יענעם יאר איז צוגעטײלט געװארן אויף דער השתדלות פון די אײגנטימער פון דער שטאט און די גיטער פון דער סביבה אלעשניצקי־דעמבנא, א קעניגלעכע פריװילעגיע לויט װעל־ כער כמיעלניק איז דערקלערט געװארן אלם שטאט. די באזיצערם פון דער שטאט, סאמועל און מיקאלײ אלעשניצקי האבן פיל געזארגט פאר איר אנטװיקלונג. אינעם 16־טן יארהונדערט, װען אין יענער געגנט האט זיך אנגעהויבן פארשפרײטן דער אקאטאליציזם, זענען אויך די שטאט־בא,,־ צערם צוגעטראטן צו אים, און אויפגעשטעלט אן אקאטוי־ לישע געמײנדע און שולע. נאך זײ איז די שטאט אריבער אין אײגנטום פון די גלוכאװםקיס׳ װעלכע זענען געװען קאלװינער און האבן ביזן יאר 1689 דארט אויפגעהאלטן אזא געמײנדע מיט אן אײגענער קירכע. כמיעלניק איז פאקטיש געװארן א צענטער פון דער אנטי־קירכלעכער און אקאטוילישער באװעגונג אין פוילן, פון די אריאנער, װעלכע האבן געהאלטן אין זײערע הענט אלע שליסל־פאזיציעס. דא זענען זיך צוזאמענגעקומען זײערע פראװינציאלע סינאדן. דער באקאנטםטער פון זײ, איז געװען דער סינאד פון יאר 1644, בעת װעלכן עס איז אויסגעקליבן געװארן אלם דיס־ טריקט־םעניאר אנדזשעי װענגערסקי. אויך דער םינאד אין

passage_16f8e1d5d63c8a51e9f44412
Passage 3normalized OCR · source chars 2041-3119

כמיעלניק פון יאר 1650 האט נישט װײניק געװירקט אויף דער פונאגדערשפרײטונג פון די אריאנער אין פוילן• צוזאמען מיט דער פארטרײבונג פון די אריאנער פון פוילן, איז אויך אנטלאפן א טײל פון די כמיעלניקער מיעשטשאנעס. בײם סוף פון 17־טן יארהונדערט איז כמיעלניק אריבער צו דער משפהה טאנםקי. זײ זענען געװען טרײע קאטאליקן און האבן זיך באמיט צוריקצוקערן דעם קאטאליציזם אין שטאט. זײ האבן אויך געגרינדעט די קאטוילישע קירכע אין שטאט. די אדל־לײט אזשאראװסקי און עלזשביעטא פון די פזשעבענדאװסקיס, האבן געגעבן היבשע שפענדונגען פארן אויפבוי פון דער קירכע, װאס האט געדויערט פון 1732 ביז 1787. עקאנאמיש איז כמיעלניק געװען װיכטיק צוי1יב אירע קופער און שטאל־גרובגס. נאך אין 17־טן יארהונדערט האט א גרופע דײטשע קאלאניסטן באקומען א קאיצעסיע צו זוכן מינעראל־גרובנם. װי װײט דאם איז געלונגען, איז נישט כאקאנט. א פאקט איז, אז אין די דאקומענטן װעגן דעם בערגבוי אין פוילן אין 18־טן י״ה װערט כמיעלניק נישט דערמאנט. אין 18־טן יארהונדערט האט כמיעלניק דערפילט א װיכ־ טיקע ראל אין דעם פארקער און האנדל פון פוילן מיט פרײםן און שלעזן, באזונדערם אין האנדל פון תבואה, האלץ, פי, און ארײנפיר פון טעקםטיל און גאלאבטעריע קײן פוילן.

passage_16f9ec2957a5e353a324defe
Passage 4normalized OCR · source chars 3121-4076

אין דער צװײטער העלפט פון 18־טן י״ה, באזונדערם אין די זיבעציקער און אכציקער יארן, װען אין פוילן זענען געמאכט געװארן באמיאונגען אויפצושטעלן אינדוםטריע־ אונטערנעמונגען, האבן אויך די שטאט־באלעבאטים פון כמיעלניק זיך משתדל געװען אויפצושטעלן פאבריקן אויפן מוםטער פון די טשארטאריסקיס אין סטאשאװ און װענגראװ. בעת דער דריטער צעטײלוגג פון פוילן — 1795 — איז כמיעלניק אריבער צו עסטרײך און געבליבן אונטער איר פארװאלטונג ביזן יאר 1809, װען זי איז צוגעקאאפטירצ געװארן צום פוילישן פירשטנטום. אין די יארן 5נ18 ביז 1837 האט כמיעלניק געהערט צו דער צױזמירער (סאנדא־ מירער) װאיעװאדשאפט פון פוילישן קעניגטום, אין די יארן 1837—1914 — צו דער קעלצער גובערניע. עס זענען געװען פרװון צו פארװאנדלען כמיעלניק אין אן אינדוםטריעלער שטאט. דאם איז אבער נישט געלונגען אויך אין דער ערשטער העלפט פון 19־טן י״ה — אין דער תקופה פון דער אלץ־ װאקםנדיקער אינדוסטריאליזירונג פון פוילן. אין קעגנזאץ צו אנדערע שטעט אין פוילן װעלכע האבן אויסגעברײטערט זײערע שטחים און אנטװיקלט א גרויס בוי־װעזן, איז די

passage_c771829ab3c7638b939cd42c