75 פנקם כמיעלניק 76 צויזמירער װאיעוואדשאפט׳ ובתוכו כמיעלניק, געבליבן הינטערשטעליק לגבי דער אלגעמיינער אנטװיקלוגג. אזוי׳ למשל, זענען אין יאר 1826 געבויט געװארן אין די פוילישע שטעט 204 געמויערטע הייזער, דערפון אין צויזמירער װאיעװאדשאפט בלויז איין אזא הויז. אין 1827 איז פאר־ געקומען אן ענדערונג לטובד״ און פון די 266 געמויערטע היתער אין גאנץ פוילן זענען אין דער צויזמירער װאיע־ װאדשאפט שוין געבויט געװארן 11 געמויערטע היתער, אין 1828 — פון 181 אין גאגץ פוילן — 14 אין צויזמירער װאיעװאדשאפט. די אנטװיקלונג פון די שטעט אין דער צויזמירער װאיע־ װאדשאפט איז פארגעקומען צוזאמען מיט דער אנטװיקלונג פון דער פאבריקאציע. אבער שוין אין דער צװײטער העלפט פון 19־טן י״ה זענען געװען אין כמיעלניק פאבריקן װעלכע האבן באשעפטיקט א קענטיקע צאל ארבעטער, וױ די גארבארניעם מיט א גרויםער יערלעכער פראדוקציע, א זײף־ פאבריק, א פאבריק פון ליכט און פאבריקן פון דארפישע געװעבן׳ א ברויערײ, א מאשינען־פאבריק מיט א הוטע פאר רוישטאף, און א װארשטאט פאר לאנדװירטשאפטלעכע מכשירים.
דער פאליטישער מצב אין די יארן 1855—1865 האט נישט וױיגיק געשטערט צו דער אנטװיקלונג פון כמיעלניק, װאס האט אויך געליטן פון די געשעענישן אין שײכות מיטן פוילישן אויפשטאנד פון 1863. בעתן דאזיקן אױםשטאני זענען אין דער געגנט פון כמיעלניק אויםגעבראבן שלאכטן צװישן די אויפשטענדלער אונטער דער אנפירונג פון גענעראל באסאק און כמיעלינםקי מיט אפטײלוגגען פון רוםישן מיליטער. דעם 4־טן נאװעמבער 1863 בײ סטראינאװ (זיבן ק״מ דרום־מזרח פון כמיעלניק) ; דעם ס2־טן נאװעמבער בײ טארנא־סקאלא (8 ק״מ דרום־מערב פון כמיעלניק); דעם 9־טן דעצעמבער 1863 איז פארגעקומען א שלאכט צװישן די אויפשטענדלער אוגטער דער אנפירונג פון קאליטא קעגן א רוםישן פולק אין הוטא־שטשעשינסקא אין װעלכער עם האבן אנטײלגענומען העכער 250 פערזאן• דעם 20־טן יאנואר 1863 איז די אויפשטעגדלער געלונגען צו דעראבערן כמיעלניק. דעם 18־טן יאנואר זענען ארײן אין שטאט 110 פױלישע רײטער, מערםטגס פוילישע דעזערטערן פון דער עםטרײ־ כישער ארמײ, און אין צוױי טעג שפעטער האט זיד צו די אנגעשלאסן די גרופע םון מאיאר רומאװסקי. גאכן אפשטויסן די קאזאקן זענען זײ אװעק אין דער ריכטונג פון קאליש.
אין םוף פון 19־טן י״ה און אנהויב 20־טן האט די אינדוםטריע זיך אויסגעברײטערט. עם זעגען אנטשטאנען םאבריקן פון טעקםטיל, האלץ און בוי־מאטעריאל, מעטאל, כעמיקאליעם, גראפיק, װאס זעגען ס׳רוב געװען אין ײדישע הענט. לױט דער צײלונג נוון יאר 1897 זענען אין דער אינדוסטריע געװען באשעפטיקט אלס זעלבשטענדיקע פרנםה־געבער 560 ײדן• אין יאר 1876 זענען די הכנסות פון מאגיסטראט געװען 3074 רובל, און די הוצאות — 2099 רובל. אינעם זעלביקן יאר איז אויסגעבראכן א ריזיקע שריפה װאם האט חרוב געמאכט די גאנצע שטאט. ם׳זענען להלוטין פארברענט געװארן 208 היתער און 416 פארשײדענע געבויען. די היזקות פון די פארברענטע בנינים האבן באטראפן 153,204 רובל, און פון די חפצים — 140,000 רובל. ערשט אין עטלעכע יאר שפעטער איז די באפעלקערונג געקומען צו זיך און װידער באנײט איר עקאנאמיש לעבן. אין די אכציקע און נײגציקער יארן איז די שטאט צוריק ארויף אויף נארמאלע רעלםן, און דאס זעלבע אויך איר ײדישע באפעלקערונג. ב דער ײדישער ישוב דער ײדישער ישוב אין כמיעלניק איז אגטשטאנען אין יאר 2 1565 ).
בײ דער ײדישער באפעלקערונג אין כמיעלניק האט לאגםירט די מײנונג, אז די קהילה איז געװען זײער אן אלטע. מען פאררופט זיד דערבײ אויפן פאקט, װאס אויפן אלטן בית הקברות האבן זיך נעבן בית הכנםת אייך געפונען אלטע מצבות מיט אויפשריפטן פון 800 יאר צוריק. מ׳קען זיך אבער װײניק סומך זײן דערויף װי אויך אויף דער מםורד״ אז די ערשטע ײדישע אײנװוינער פון דער שטאט זענען געװען אנטרינענע ײדן פון שפאניע.
װי געװײנלעך אין רוב פוילישע שטעט האט דער ערשטער בית הקברות פון די אלט־אויפגעקומענע קהילות זיך געפונען אין שכנות פון בית־הכנםת. ײדן פלעגן אײגנװיליק זיך קאנצענטרירן אין אײגענעם קװארטאל. דאם איז נישט געװען קײן געטא לויט אונדזער באגריף. מחמת דעם באגרענעצטן שטח, איז אין כמיעלניק דער בית הקברות געװען זײער א קלײנער. מען האט דעריבער געמוזט קובר זײן אײן מת אויפן צװײטן לויט די משפחות, דעם זון אויפן קבר פוז זײן פאטער און די טאכטער אויפן קבר פון דער מוטער. דאס איז געװאדן מיט דער צײט א מגהג, װאס איז געבליבן לאנג שוין נאכן אויסברײטערן דעם תחום פון ײדישן ישוב. מיט דער צײט, צוזאמען מיטן פראצעס פון עקאנאמישער אנטװיקלונג און אויםברײטערונג פון האנדל, איז דער ײדישער ישוב ארוים מחוץ דעם ײדן־פערטל אלץ מער צו דער שטאט, און בים־ לעכװײז האבן ײדן פארנומען געשעפטן, הײזער, םטראגאנעס און אפילו װוינונגען, אין שטאט־צענטער. אין כמיעלניק האט דער דאזיקער פראצעם זיך אנגעהויבן אין דער צװײטער העלפט פון 17־טן י״ה, נאך דעם וױ די אריאנער זענען אין יאר 1658 פארטריבן געװארן פון פוילן׳ ובכלל זה פון זײער צענטער אין כמיעלניק. ײדן האבן איבערגעגומען זײערע היתער און קראמען צוזאמען מיט ד• עקאנאמישע סאזיציעס. זינט דעמאלט איז דער ישוב געװאקםן אזוי וױיט, אז די צאל ײדן האט איבערגעשטיגן דער גישט־