Original scan
Original memorial-book scan 410
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1042

819 פ נ ק ם כ מ י ע ל נ י ק 820 פלוצעם איבערגעריםן געװארן. די אנװעזנדיקע זענען פאר־ גלױוערט געװארן. די שבנטע האט פארװונדערט געקוקט דא אויף דער פרוי ק״ דא אויפן קינד. דער ערשטער װאס איז צו זיך געקומען איז געװען יאנעק. ער האט אנגעכאפט דאם שײגעצל בײם האנט און שלעפנדיק עס צום קעלער׳ האט ער לאכנדיק געזאגט : ״קום, קום צום דזשאד \״ דאס קינד האט געשריגן און זיך געריםן פון יאנעקס הענט. — ״יאנעק, לאז אפ דאס קינד — האט זיך די מוטער געבעטן. — ״זעםט דאך, אז ער האט מורא׳/ און זי האט דאס קינד צו זיך גענומען. און װען די שכנטע איז א צװײט מאל געקומען מיטן שײגעצל, האט עס יאנעק װידער געכאפט בײם הענטל און געפרעגט : װילםט זען דעם ״דזשאד״ ? קום, איך װעל דיך פירן צו אים. און די גויע האט זיך װידער געבעטן. אז ער זאל אפלאזן מיט אזוינע װיצן, װײל דאם קיגד שרעקט זיך אויף אן אמת, פון דעמאלט אן אז דאס שײגעצל איז געקומען מיט זײן מוטער, האט עס שוין מורא געהאט צו קוקן אין יענעם װינקל... דאס ביםל רעזערװע־געלט יװאם איד האב נאך בײ מיר געהאט, האב איך געגעבן צו פרוי ק״ אבער אויך דאס געלט איז באלד פארטאכלעװעט געװארן, אונזער לאגע אונטן װערט פון טאג צו טאג שװערער.

passage_79c2fb3921d97a4d6acd8750
Passage 2normalized OCR · source chars 1044-2216

די ״גוטע בשורות״ װאם יאנעק מיט זײן געליבטער פלעגן אונדז כםדר צוברענגען װעגן געכאפטע און פארפײניקטע ײדן, האבן אויפגעהערט. ס׳זענען שוין קײן ײדן נישט געװען. איצט האט מען פאליאקן געכאפט צו דער ארבעט. װאס מער קלעפ די דײטשן האבן געכאפט, װאס מער די פראנטן האבן זיך דערנענטערט, אלץ מער פאליאקן האבן געדארפט ארבעטן. בײנאכט פלעגן די דײטשן מאכן אבלאװעם אין פוילישע הײזער און װער ם׳האט נישט געהאט קײן ארבעט־ קארטע איז ארעסטירט געװארן. יאנעק האט זיך אײנגע־ שפארט: װען ״זיי״ זאלן אפילו פגרן, װעט ער ״זיי״ נישט ארבעטן. און ס׳איז אים טאקע תמיד געלונגען זיך ארויסצו־ דרײען מיט פארשידענע קונצן. שעהען האבן זיך געצויגן װי יארן און טעג יװי אײביקײטן. אין אונדזער קברל, װו מיר זענען לעבעדיק באגראבן געװען. האט געהערשט אײביקע נאכט. נישט מער׳ װאס זומער (װען דאם קעלער־לעכל איז װײניקער פארשטאפט געװען) איז די ״נאכט״ געװען א העלערע. און װינטער — א פינצטערע. אבער געזען האבן מיר אלץ מיט די אויערן. מיר האבן ״געזען״ װען ס׳איז געװען טאג און װען נאכט, װען די זון איז אויפגעגאנגען און װען אונטערגעגאנגען — לויט גערוישן און קלאנגען, לויטן הילך פון טריט, לויטן קלאנג פון שטימען. אונדזערע קלײדער האבן זיך פון דער פײכטקײט אנגעהויבן פונאנדערצופאלן װי נאם פאפיר און ם׳האט פון זײ געשלאגן מיט שימל און װילגאטש.

passage_9902992bbbb01a7362296ed0
Passage 3normalized OCR · source chars 2218-3245

מיט דער צײט, װי שוין געזאגט, איז אויך פאראייאזירט געװארן אונדזער װילן צו זען׳ צו הערן, עפעם געװויער צו װערן. דער מאגן האט שװאך און פויל געארבעט, ס׳פלעגן פארגײן א םך טעג און מיר האבן דאס נאכט־געפעס נישט באנוצט. א גרויסע מידקײט איז אונדז באפאלן און א שלע־ פערדיקײט. מיר זענען מער געשלאפן װי מיר זענען װאך געװען. דאס איז געװען א טעמפער שלאף װי גאך א טשאד. א שלאף מיט אפענע אויגן• מיר האבן אלץ געװוםט װאם ארום אונדז טוט זיך און געשלאפן. דאס שרעקלעכםטע איז געװען, װאס מיר האבן פלוצעם אנגעהויבן צו שנארכן. נישט איך און נישט מײן פרוי האבן פריער אמאל געשנארכט, און אויך איצט, בעת איך שרײב די דאזיקע זכרונות, שנארכן מיר נישט. דעמאלט איז דאס געװען א גרוים אומגליק. דער מינדעםטער גערויש, װאם איז געקומען פון קעלער האט געקענט פארראטן, װײל זעלטן װען די גױע זאל נישט געװען האבן א פרעמדן בײ זיך אין שטוב. װער ם׳איז געשטאנען אויף דער װאך און אונדז געהיט, איז געװען — אונדזער קינד, אונדזער פיר־יעריק מײדעלע, װי באלד זי פלעגט נאר הערן א שנארך, פלעגט זי מיך אדער דער פרוי א ציפ געבן בײם אקסל. אין טיפםטן שלאף פלעגט דאם קינד דערװאכן אין אזא פאל.

passage_56fcadfdbd294705682fa293
Passage 4normalized OCR · source chars 3247-4069

דערװײל זענען די רוסן געגאנגען פארויס מיט ריזנשריט. יעדעם מאל פלעגט מיר יאנעק איבערגעבן די מלחמה־קאמו־ ניקאטן פון די פוילישע צײטונגען. יעדעם מאל האבן זיך די דײטשן צוריקגעצויגן פון אן אנדערן פראנט־אפשניט. אײן מאל פאלט יאנעק ארײן מיט א נײעם : ער האט אלײן געזען מיט די אײגענע אויגן די רוםישע טאנקן אין מארק. ער האט זיך טאקע נישט טועה געװען : זעקס חדשים פאר מײן באפרײאונג אין סעפטעמבער 1944, זענען די רוסן אריבער די װײסל אזן זענען געװען אויך אין כמיעלניק. זײ האבן אבער זיך באלד צוריקגעצויגן אויף 12 קילאמעטער און שטײן געבליבן. כמיעלניק, װאם האט פריער בלויז געהאט א דײטשן גארניזאן, איז איצט געװארן פראנט־געביט און געװימלט פון דײטש מיליטער. אין דעם גרויםן הויף פון אונדזער באלעבאםטע האט זיך געפונען דער מיליטערישער פראװיאנט־מאגאזין. ס׳האט זיך איצט דארט געקאכט און געטומלט. מ׳האט געבראכט און אפטראנפארטירט פראװיאנט צו די פראנטן.

passage_b05dfbbbbd0ff98d1ce826e6
Passage 5normalized OCR · source chars 4071-4719

אײן מאל, בעתן אנלאדעװען אן אויטא מיט פלײש־קאנ־ םערװן, האט זיך א פושקע ארויםגעגליטשט פון די הענט און זיך ארײנגעקאלערט — גלײך אין לאך אריץ פון אונדזער קעלער. איך האב געהערט װי דער עלטםטער שרייט אויפן זעלנער פארוואם ער איז נישט פארזיכטיק געװען און באפעלט אים, תיכף די פושקע צו ברענגען פון קעלער. מיר זענען פארגליװערט געװארן פאר שרעק. פלוצעם האב איך דערזען װי א האנט שטרעקט זיך ארײן דורכן לאך און זוכט מיט די פינגער די קאנסערװן־פושקע. איך האב זי צוגעטראגן נאענט צו דער האנט. דער זעלנער האט זי א כאפ געטאן און — מיר זענען ניצול געװארן פון א זיכערן טויט. אץ נאד אײן מאל זענען מיר געשטאנען בײם סאמע אפגרונט פון טויט. וױ אזוי מיר זענען דעמאלט ניצול געװארן

passage_a427b4f572cd7e0d8b88bb9e