Original scan
Original memorial-book scan 411
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-703

821 ױסף קלײנערט — אין א באוזעלרענלש אין כמיעלניק גופא 822 איז מיר גיזן הײנטיקן טאג אײנס פון די גרעסטע רעטענישן , אײן מאל, ס׳איז געװען בײנאכט און אין דרויםן איז שוין שטיל געװען׳ עפנט יאנעק דאם קעלער־טירל און מאכט אוגדז דעם פארשלאג אז מיר זאלן אביסל ״א לעב טאך, ד. ה. אז מיר זאלן הײנט שלאפן אויבן, אין שטוב. די דײטשן — האט ער מיר געזאגט — האבן איצט מיט זיך צו טאן. זײ האבן שוין לאנג אויפגעהערט צו זוכן ײדן. און אויך די פא־ ליאקן האבן שוין לאנג פארגעםן, אז ס׳זעגען אויר־ דער װעלט ײדן געװען. אזוי, אז םי׳איז נישטא פאר װאס מורא צו האבן. מ׳האט אונדז געמאכט דאס צוױיטע בעט (די קינדער זענען געשלאפן אין קוך). און מיר האבן נאך קנאפע 20 חדשים צום ערשטן מאל געשלאפן אין א מענטשלעכער שטוב און אין אן אמתן בעט :

passage_e4e26def5a0345b0dd458db9
Passage 2normalized OCR · source chars 705-1753

ס׳האט געמוזט זיץ ארום אײנס בײנאכט, װי ס׳האבן זיך פלוצעם דערהערט שטארקע קלעפ אין דער טיר. און אײדער מיר האבן אנגעהויבן צו באגרײפן װאס דא קומט פאר, אױ שוין א דײטש געשטאנען אין שטוב און באפוילן ליכט צו מאכן• ער איז צו צום בעט װו יאנעק איז געשלאפן און א געשרײ געטאן : ארבעט־קארטע! יאנעק, א טויט־בלאםער. ציטערנדיק װי אין א קדחת, האט ארויסגעשלעפט פון א קעשעגע א פאפיר און ער האט דעם דײטש דערלאגגט. דער דײטש האט דעם דאקומענט באטראכט און אים צוריקגעגעבן. דאן איז ער שטײן געבליבן פאר אונדזער בעט, אונדז א װײלע באטראכט און א פרעג געטאן : און װער שלאפט אין קוךי — מײנע קינדער — האט יאנעק געענטפערט — און ס׳האט אים געקלאפט א צאן אין א צאן. די פרוי ק. אין געלעגן מיט א װאקסענעם פארגלױוערטן פנים און א קאלטער שזױים האט ארויםגעזעצט פון איר פגים. דער דײטש איז ארײן אין קוך, זיך איבערצײגט אז דארט ליגן טאקע קינדער, צוריקגעקומען אין שטוב ארײן. װידער געװארפן א בליק אויף מיר און דער פרוי, און אװעקגעגאנגען• מיר זענען אין יענע יארן נישט אײן מאל געשטאנען פנים אל פנים מיטן טויט, אבער אז א דײטש זאל אויף אונדז קוקי מיט אפענע אויגן און אוגדז נישט זעען ז — און אפשר איז

passage_4e29d190b98b03882ce9ced1
Passage 3normalized OCR · source chars 1755-2337

דאם װונדער גארנישט געװען אזא װונדער ; אפשר האב איך אין מיץ 20־חדשימדיקן קבר־לעבן טאקע אויםגעזען וױ יענער אלטער פארװילדעטער ״דזשאד״ פאר װעלכן דאם שײגעצל האט זיך אזוי דערשראקן. ״דזשאדעס״ האבן דאך נישט געדארפט האבן קײן ארבעטס־קארטן. ענדלעך איז געקומען דער אנהײב פון םוף. אץ געקומען איז ער אויף אײן מאל׳ מיט א שװערן ארטילעריע־פײער און באמבארדירונגען. סאװיעטישע עראפלאנען זענען אנגעפלויגן און געבראכט אויף דער שטאט טויט און צעשטערונג. מײנע באלעבאטים זענען זיך צעלאפן צוזאמען מיט דער פוילישער באפעלקערונג׳ זיך באהאלטן אין די טיפע קעלערם פון קאשטשאל־״טומאה״, איבערלאזנדיק אונדז אויף הפקר.

passage_4b3459f79b2f993c39f89a17
Passage 4normalized OCR · source chars 2339-3485

שבת אין דער פרי׳ דעם 13־טן יאנואר 1945, האט איבער דער שטאט נישט אויפגעהערט צו האגלען מיט רוסישע באמ־ בעס. הײזער׳ מאגאזינען׳ עפנטלעכע געבײדעס זענען גע־ פלויגן אין דער לופט. שריפות זענען אויםגעבראכן פון אלע זײטן. נאך יעדער באמבע װאם האט אין דער נאענט עקםפלאדירט׳ האט זיך אונדזער קעלערל א װאקל געטאן. מײנע אפגעשטארבעגע כוחות האבן גענומען װאקםן. א גרויםע פרײד האט מיך באהערשט: אויב שטארבן׳ איז נאר אזוי, צוזאמען מיט זײ, מיט אונדזערע תלינים און זײערע ױצר־ משרתים ! תמות נפשי עם פלישתים ! — האט עס אין מיר טריאומפירט. פלוצעם — א מוראדיקער דונער און מיר האבן דערפילט׳ אז מיר ליגן אוגטער חורבות : אונדזער כאטע איז אײגגעפאלן, פארשיטנדיק אין גאנצן אונדזער קעלערל. די ערשטע מינוטן זענען מיר ליגן געבליבן װי טויטע׳ דאן האב איך מיט די לעצטע כוחות אנגעהויבן מיך אדורכצו־ שפארן׳ אװעקצושטופן די מאסע װאם איבער מיר. ם׳איז מיר געלונגען פרײ צו מאכן אן עפענונג צװישן די אײנגעפאלענע באלקנס און װענט־סלופעם און מיר זענען ארויסגעקראכן. באלד האט זיך דערהערט דאם גערויש פון פארגדיקע טאגקן. די ערשטע סאװיעטישע פאטראל האט זיך באװיזן. א םא־ װיעטישער זעלנער גײט צו אונדז. מיר זאגן אים אז מיד זענען ״ײעװרעיען״• איר זייט פרײ — זאגט ער — און גײט אװעק. מיר האבן זיך שטארק צעװײנט•

passage_840446cc85b786a875bdf52c