אלטע שאר / אױ געראנגל פארו לעבו פװ מיױ משפחה (נױ־דזשערםי) אלטע שאר די צװײטע אויםזידלונג פון כמיעלניק איז פארגעקומען ט״ז חשון תש״ג׳ דאנערשטיק. איך בין געשטאנען און געמאכט א גאנדז אויף שבת, איז ארײנגעקומען מײן זון פײװל׳ פין גאס און זאגט : װײ איז צו אונדז : דער געטא איז ארומגעשטעלט מיט דײטשן און פוילישער פאליצײ. מעז גײט אונדז אלע אװעקשיקן קײן םטאפגיץ׳ װײל דארט קומט הײנט פאר די אויםזידלונג פון אלע סטאפניצער ײדן. און מיר אלע׳ כמיעלניקער ײדן׳ װעלן אויסגעזידלט װערן צוזאמען מיט זײ. מײן ליבער מאן נתן איז געבליבן שטײן א בלאסער און א פארשטומטער• פלוצלינג הערט מען שוין שיסן אין די גאסן. א גרויםע בהלה׳ געװײנען׳ געשרײען פון אלע זײטן. מען יאגט ארויס פון די הײזער׳ מען לויפט׳ מען װײםט אבער נישט װוהין. ארויםלויפן פון געטא באדײט טויט. פון אלע זײטן שטײען דײטשן׳ אוקראאינער׳ פאליאקן — מיט געװער אין די הענט׳ גרײט צו מארדן יעדן אײנעם. מײן ליבער זון׳ פײװל׳ זאגט : — איך לויף ארויס פון געטא׳ איך בין גרײט אויף אלעם. — ם׳טײטש׳ מען שיםט דאך ? ! ער ענטפערט קורץ: איך גײ. איך גלעט אים איבער דער פלײצע און זאג אים־ גײ בשלום. מײן מאן זאגט : מען דארף גײן׳ װאם קאן מען טאן ? און װי מען שטײט .אזוי אין צרות׳ הערט מען די װילדע געשרײען פון די דײטשן יײ אונדזער טויער. מיר לויפן שנעל ארוים פון שטוב. מיר װערן אלע געטריבן אויפן פלאץ.
װען מיר זענען שוין געװעזן אויפן פלאץ׳ האט מײן מאן באמערקט׳ אז איך בין נישט אנשטענדיק אנגעטאן׳ — גלײך פון דער ארבעט. זאגט ער מיר : דו זעסט נישט גוט אוים אין דעם שלײער. גײ צוריק ארײן און טו זיך איבער׳ װײל אין דעם צושטאנד װעלן זײ דיך באלד שיםן. איך לויף צוריק אריין אין שטוב׳ — עס איז געװען נאענט — און עם לויפן מיר נאך מײנע צװײ ײנגםטע ײנגלעך׳ נחום און אברהמ׳לע. איך פרעג זײ: װאם שטעלט איר אײן דאס לעבן ? ענטפערן זײ מיר׳ אז דער טאטעשי האט זײ געהײםן. איך האב פארשטאנען׳ אז ער װיל׳ מיר זאלן שוין מער נישט ארויםקומען. איך האב אבער גארנישט געקלערט צו בלײבן. איך לויף באלד ארויס צוריק אנגעטאן מיט מײנע צװײ ײגגלעך. נחום איז דעמאלט אלט געװען 12 יאר און אברהמ׳לע 8. מען לאזט מיך שוין אבער מער נישט צו צו מײן מאן און צו מײנע צװײ טעבטער טאבטשע און שרהטשע. מען שטעלט א
פרישע רײ און איך מיט מײנע צװײ ײנגלעך׳ מײן טאכטער םאטשע און מיין אײדעם ױאל שטײען אין דער צװײטער רײ. איך שטײ קעגנאיבער מײן מאן און מײנע צװײ טעכטער׳ זײ קוקן צו אונדז און מיר צו זײ. איך זע׳ װי מײנע צװײ טעכטער װײנען נעבעך. טאבטשע האט זיך פארשטעלט דאס פנים מיט דעם געלן דערקאלע׳ זי האט זיך געשעמט פאר אירע חברטעם׳ די שיקסעס פון דער שולע׳ װעלכע זענען געשטאנען אנטקעגן און געלאכט. שרהטשע האט נעבעך אראפגעבויגן דעם קאפ צו דער ערד און געװײנט. זי איז דעמאלט אויך קראנק געװען פון א פארקילונג און געליטן פיל יםורים. צוזאמען מיט מיר איז אויך געװעזן מײן שװאגער׳ נפתלי׳ מיט זײנע קינדער. מען שטײט אזוי אויף דעם פלאץ און עס נעמט נישט קײן ענדע. זעקס א זײגער הויבט אן גײן א לײכטער רעגן. עם קומען אן די פויערישע װאגנס און מען לאדנט אויף די אויםגעפײניקטע ײדן. צוערשט האט מען גענומען די רײ פון מײן מאן מיט די צװײ טעכטער. איך זע װי מען װארפט זײ אויף די װאגנס װי בינטלעך האלץ׳ מיט גרויס אכזרױתדיקײט. זײ לאזן קײן מינוט נישט אראפ אן אויג פון אונדז און מיר נישט פון זײ. זײ פארן אפ און איך זע שוין נישט מער מײנע טײערע. באלד װארפט מען ארויף אויף די װאגנס אונדזער רײ. אויף דעם װאגן׳ װו מען האט מיך ארײנגעשלײדערט׳ האט מען אנגעפאקט גאך 15 מענטשן׳ צװישן זײ מײנע צװײ ײנגלעך און מײן אײדעם ױאל זילבערבערג.
װי מיר הויבן אן פארן׳ זע איך פלוצלינג מײן שװאגערם טאכטער מיט איר קינד און אירע צװײ שװעסטערן. איך הער זײער יאמערלעך געוױין׳ װעלכן איך װעל קײנמאל אין לעבן נישט פארגעסן. מיר האבן זיך באגריםט מיט טרערן אין די אויגן און װײטער געפארן. מיר קומען ארוים אויפן מארק־ פלאץ און מיר הערן .א װיסטע שיםערײ פון אלע זײטן. א פחד באפאלט אונדז. אין מארק דרײען זיך ארופ באקאנטע שטעטישע גוײם פראנק און פרײ. דער רוב פאר־ שיכורטע׳ װײל מען האט געטרונקען צוליב דער ״גרויסער שמחה״, װאס מען טרײבט ארוים די רעשט ײדן פון שטאט. מען פארט אויף דעם װעג קײן סטאפניץ. װען מען קומט אין ערשטן דארף׳ הויבן אן מענטשן אנטלויפן פון די װאגנם. אין פארלויף פון עטלעכע מינוט איז מײן װאגן לער. אלע אנטלויפן אין נאענטן װאלד ארײן• עס קומט צו א פוילישער פאליציאנט׳ װיטקאװםקי׳ און זאגט: ״אנטלױפט׳ מיר װעלן