827 פ נ ק ס כ מ י ע ל נ י ק 828 פארטאג ביז זונטיק פארנאכט. יעדן טאג איז ער געפאה געוװיער װערן.. װאם עם הערט זיך אין שטאט. שבת איז עד צוריקגעקומען און דערצײלט, אז יעדער ײד׳ װאס קומט צוריק, װערט דערשאסן. זונטיק איז ער געקומען און איבער־ געגעבן׳ אז מײן טאכטער שרהטשע געפינט זיך אין כמיעלניק׳ און אז אויך מײן עלטערע טאכטער קרײנדל מיט איר מאן׳ ױאל׳ זענען דא. אויך פײװל איז צוריקגעקומען. .א פרײד האט מיך ארומגענומען. מײן מאן און מײנע צװײ טעכטער זעגען שוין אבער נישט געװעזן. זונטיק פארנאכט האט סטעמפיען אײנגעשפאנט זײן פערד און װאגן און אונדז געפירט אין שטעטל.
היגטער כמיעלניק׳ ביים טארטאק׳ האט ער אונדז אראפ־ געלאזט. דורך הינטערגעסלעך האבן מיר זיך צוגעכאפט צו מײנע קינדער. מיר האבן זיך זײער געפרײט און גלײכצײטיק זײער געװײנט אויף אונדזער אומגליק. אין כמיעלניק איז שיין מער נישט געװעזן װי נאר דער קלײנער געטא בײ משה פאםטערנאק אין הויף. דארט האבן זיך געפונען עטלעכע צענדליק פרױוילעגירטע כמיעלניקער ײדן צוזאמען מיט דער יידישער פאליציי, באלד ווי זיי האבן מיך דערזען׳ האבן זיי מיך געװאלט פארשפארן אין דער כמיעלניקער ״קאזע״• זײ האבן געטענהט, אז די דײטשן פאדערן׳ אז אלע צוריק־ געקומעגע ײדן פון דער ״װישעדלעניע״ זאלן פארשפארט װערן און יעדע צען מענטשן ארויםפירן און שיסן. איך האב זיך קעגנגעשטעלט מיט די לעצטע כוחות קעגן דער ײדישער פאליצײ׳ װעלכע האבן מיך געװאלט מיט כוח אהינשיקן. די זעלבע נאכט האב איך גענעכטיקט בײ גרשון מענטליק׳ װעלכער האט זיך אויף מיר דערבארעמט. ער איז דארט געװעזן פון די פרױוילעגירטע. במשך א גאגצע װאך האט מיך אויסבאהאלטן מײן שכנטע די בעקערין׳ די קריםטן׳ מאנקע לענארטאװיטש. זי האט מיך זײער גוט באהאנדלט. איך האב אבער מער נישט געקאנט דארט בלייבן, װײל די פאליצײ האט זי געװארנט. דעם צװײטן זונטיק האבן מיר זיך געלאזט אין װעג ארײן קײן זשידאװ צו א באקאנטן גוי, דער װעג איז געװען א געפערלעכער. איך בין געגאנגען אין שײנעם העלן טאג. דורכגעגאנגען די דײטשע זשאנדארמעריע׳ װאם האט זיך געפונען אין דער ״שקאלע זאװאדאװע״. א דײטש איז געשטאנען אויף דער װאך, אבער ער האט מיך נישט באמערקט. נאך פיל לײרן זענען מיר אנגעקומען אין דארף. דערנאך זענען געקומען אויך מײנע קינדער און דארט האבן מיר דורכגעלעבט ביז ענדע קריג.
איך מיט מײנע פיר זין און אײן טאכטער און מײנם א שװעםטערן־זון מיט זײן כלה, זענען געװעזן באהאלטן בײ דעם קריםט קאשובא אין דארף זשידאװ במשך 27 חדשים מיט 10 טעג. דער קריםט איז געװען א קריגם־אינװאליד פון ערשטן װעלט־קריג. ער האט געהאט באקומען פון דער פוילישער רעגירונג א קאנצעםיע פון טיטין־מאנאפאל. די קאגצעםיע האט ער אוגדז פארפאכטעט במשך פיל יארן א.ץ מיט אונדז געלעבט אין זײער גוטע באציאונגען. מײםטנם זענען מיר געװעזן אין א צימער פארמאכט, און דער קריםט האט געהאט דעם שליסל, אונטער דעם צימערל האבן מיר געהאט א בונקער, װעלכן מיר האבן אלײן געמאכט. מיר האבן מיט אונדזער באלעבאם באשטימט םימנים־ װען ער האט בײ זיך אין צימער געגעבן א קלאפ, האבן מיר געװוסט אז מיר ברויכן זײן גרײט צו גײן אין בונקער׳ װען ער האט געגעבן צװײ קלעפ ברויכן מיר שוין זײן אין בונקער׳ און װען דרײ קלעפ׳ דאן ברויך דער בונקער זײן פארמאכט מיט אן אבםאלוטער שטילקײט. עס האט פיל מאל פאםירט, אז די דײטשן זענען געקומען אין דארף ארײן און אפילו גלײך אין הויף פון אונדזער באלעבאס. האט ער אונדז דאן גלײך מודיע געװעזן׳ און מיר האבן שוין געװוםט װי זיך נוהג צו זײן• פיל גרויזאמע טעג און נעכט איז אונדז אויםגעקומען איבערצולעבן, אבער אײן פאםירונג האט זיך אונדז באזונדערם אײנגעקריצט אין זכרון• א גרופע פון 18 אקאװצעס (פוילישער אונטערגרונט א.ק.
— ארמיא קראיאװא) פון כמיעלניק זענען אײן מאל םפעציעל געקומען אונדז זוכן׳ װײל זײ האבן געװוםט׳ װער עס איז געגאנגען מיט דער ״װישעדלעניע״ און װער גישט. זײ זענען געװען איבערצײגט׳ אז מיר זענען באהאלטן בײ דעם אינװא־ ליד, װעלכער איז אוגדז א גוטער פרײנט. מיר זענען גלײך ארײן אין בוגקער. מיר האבן געהערט זײערע געשרײען . ״װו האסטו די פאמיליע שארז זאג גלײך׳ װען נישט, ועלן מיר אײך אלע שיסן !״
דער קריםט האט געלײקנט. איך וױיס גישט׳ װאס איר װילט פון מיר — האט ער געטענהט. איך װײם גישט פון קײן משפחה שאר און בכלל נישט פון קײן שום ײדן. איר קאנט זרכן װיפל איר װילט און וװ איר װילט. אין בוידעם, קעלערם׳ זוכט׳ אז איר װילט מיר גישט גלויבן. זײ האבן דעם קריםט גוט אויסגעשמיסן און אים פארמאכט אין זײן צימער. דערנאך האבן זײ אויםגעפרעגט זײן װײב, נאכהער די קינדער׳ די קלײנע און די גרויסע. אלע האבן זײ געקריגן גוט געשלאגן און נישט אויסגעגעבן, גישט דערצײלט׳ אז בײ זײ באהאלטן זיך ײדן. געענדיקט דאם אויספארשן׳ האבן זײ זיך געגומען זוכן אין יעדן װינקל׳ אין דער גאנצער כאטע׳ אין גאנצן הויף׳ ביז זײ זעגען צוגעקומען צו אונדזער טיר. זײ הײבן אן שטארק קלאפן. די באלעבאסטע גײט ארוים און שרײט אז זי האט נישט דעם שליםל׳ װײל איר טאכטער װוינט דארט און ז< איז נישט אין דער דיײם. דער גוי קומט אויך ארויס און שרײט: — װאם װילט איר׳ גײט דורכן פענצטער; דאס פענצטער איז געװעזן זײער הויך׳ אז מען האט געדארפט א לײטער. זײ ברענגען א לײטער און גײען אריץ דורכן פענצטער. דער גוי שרײט זײער הויך, אז מיר זאלן װיםן׳ װאס דא טוט זיך. אויך די םימנים האט ער געגעבן במשך דער צײט און מיר זעגען שוין געװעזן אין בונקער פון דער ערשטער מינוט אן. װאם מיר האבן דעמאלט איבערגעלעבט. װײם נאר אײן גאט. גלײך בײם ארײנקומען אין צימער הערן