829 אלטע שאר - אין געראנגל פארן לעבן פון מײן משפחה 830 מיר װי זײ זאגן׳ אז מען דארף גוט זוכן׳ אפשר איז דא א קעלער׳ א בוידעם. זיי זרכן אין אלע װינקלען׳ לויכטן צו מיט עלעקטרישע לאמפן. זײ װארפן אראפ אלץ פון בעט און אלץ פאלט גלייך אויפן דעקל פון בונקער. אויף דעם דעקל ווערט באלד .א בארג מיט בעטגעװאנט און פארשידענע שמאטעס. זײ זוכן װײטער און דאס דעקל פון בונקער איז פולקאם פארדעקט. זײ געפונען גארנישט און גײען ארריס מיט גארנישט. דאם האט געדויערט זעקס שעד״ זיי זענען אלע אװעק פון דארף. קומט ארײן די גויע און זאגט ; ,׳זע׳ סטאך• װי גאט היט זײ. אומעטום האבן זײ געזוכט׳ נאר אויף דעם ריכטיקן פלאץ נישט׳ װײל זײ האבן דאם אלײן פארדעקט. דאס באװײזט אז זײ זענען װערט׳ מיר זאלן זײ היטן. זײ װעלן זיכער איבערלעבן. גאט איז מיט זײ דא !״. זי נעמט אלץ אראפ׳ עפנט דעם בונקער און זאגט צו אונדז ; זײ זענען שוין אװעק אין דר׳ערד ארײן. קימט ארויף ז מיר זענען .ארויף אין צימער. די קריםטן האבן אינדז געקושט. זעענדיק װי מיר זעען אויס׳ האבן זײ אנגעהויבן װײנען. מיר האבן גישט געקענט רעדן פאר שרעק׳ מיר האבן זיך נישט דערקענט. אונדזערע מוראדיקע פנימער האבן אנגעװארפן א פחד. מיר זענען געװען גרײט צום טויט׳ אלע האבן שוין געהאט געזאגט װידוי.
מיר האבן געלעבט אין גרויס שרעק און פיל מאל האבן מיר שוין געהאט רעזיגנירט פון לעבן. פון צייט צו צײט פלעגט צו אונדז ארײנקומען די טאכטער פון דעם באלעבאס׳ אשײןױנגמײדל׳ אבלאנדינקע. זי האט זײער ליב געהאט מײן טאכטער שרהטשע זאל איר דערצײלן געשיכטעם פון ביכער׳ טעאטער׳ קינאם אאז״װ. מיר האבן גערן געזען איר ארײנ־ קומען׳ װײל זי האט מיט זיך מיטגעבראכט פארשידענע ידיעות פון קריג׳ מײנונגען פון פארשידענע מענטשן׳ װי לאנג די קריג װעט דויערן. בײ אונדז איז דער מצב געװען זײער שלעכט. דאס געלט אונדזערס׳ װאם מיר האבן געהאט מיטגענומען׳ האט זיך אויםגעלאזט און מיר האבן שוין נישט געהאט מיט װאם צו צאלן דעם גוי.
אײנמאל׳ װינטער׳ארום דרײ נאך מיטאג איז ארײנגעקומען דעם גויס טאכטער. זי זיצט אזוי און הערט זיך אײן צו די געשיכטעם פון מײן טאכטער שרהטשע. זי האט איר דערצײלט די געשיכטע פון דער אפערא ״טאסקא״. פלוצלינג הערט מען א גערויש אויפן הויף. בײ דעם גוי איז קײגער נישט געװעזן. זײ זענען אװעק צו די שכנים אויף א זונטיקדיקן פרײנטלעכן שמועס. די טאכטער זײערע איז בײ אונדז פארמאכט און די רעשט קיגדער זייערע זענען אװעק אויף דארפישע ״גראניעס״. דער הויף איז געװען ממש לײדיק• דאס גערויש איז געװען פון א באנדע אקאװצעם׳ װעלכע לויפן ארום װי משוגע׳־ם׳ האקן אין די טירן ארײן מיט װילדע געשרײען. מיר לויפן גלײך אין בונקער ארײן. די באלעבאטים אוגדזערע האבן גלײך דערהערט װאס עם טוט זיך און געקומען צו לויפן, די באלעבאםטע שרייט צו זיי ; װאם האקט איר אין די טירן׳ קומט ארײן אין שטוב און זאגט װאם איר װילט. זײ גײען ארײן אין דער װוינונג און הײבן אן ; װו האט איר די שארם ? זאגט דעם אמת. אויב איר האט זיי געהרגעט• װײזט אוגדז וװ איר האט זײ באגראבן. אויב זענען זײ דא זאגט זײ; אין זענט קריםטן׳ איך בין אויך א קריםט׳ איך װעל אייך גארנישט טאן׳ נאר די ײדן גיט ארוים.
אונדזערע באלעבאטים הײבן אן צו װײנען און זאגן׳ .אז זיי האבן נישט קײן יידן און װײםן פון גארנישט. דער באלעבאס זאגט זיי; איר זענט קריסטן איך בין אויך א קריסט׳ איר האט נישט ליב קײן ײדן׳ איך האב זײ אויך נישט ליב. בײ מיר געפינט זיר קײנער. איר קענט זוכן אומעטום. װאס װילט איר פון מיר ? איך בין אן אינװאליד אן א פום׳ און איר װאגט מיר אזעלכע צרות אנצוטאן :
זײ נעמען זיך צו באזוכן יעדעס װינקל און יעדעס ארט ביז זײ קומען צו אונדזער צימער און הויבן אן צו האקן. דעם גויס מיידל רופט זיך אן : װאם האקט איר אזוי ? װער זענט איר ? זיי ענטפערן : אויב דו עפנםט נישט די טיר׳ צעהאקן מיר זי זאפארט. זי שרײט צו זײ: איך קאן נישט עפענען׳ װײל איך װאש זיך. דערװײל האט זי געמאכט ארדענונג אין צימער. זײ האבן א ביסל געװארט און דאן האט זי געעפנט די טיר. זײ קומען .ארײן און זוכן אין אלע װינקעלעך אין שטיבל. זײ װארפן אלץ אראפ פון בעט און װידער פאלט אלץ אויף דעם דעקל פון אונדזער בונקער. עם װערט װאם אמאל א גרעםערער בארג מיט שמאטעס און דאם דעקל פון אונדזער באהעלטעניש איז שוין פולקאם פארדעקט. זײ זוכן װײטער און שרײען צום מײדל: װאם האםטו געטאן אלײן אין דעם צימערי ענטפערט זי: דאם איז מײן צימער. זײ פרעגן וױיטער: צו װעמען האסטו גערעדט׳ מיר האבן געהערט: זי הײבט אן שװערן און זיך צלמען׳ אז זי האט מיט קײנעם נישט גערעדט. זי שרײט: גװאלד׳ איר זענט קריםטן? אפילו צו דער ״מאטקע באסקע״ טאר מען נישט רעדן ? איך האב געבעטן די הײליקע מאמע׳ אז עם זאל אויפהערן מלחמוה אויף דער װעלט (אין אונדזער שטיבל האט געהאנגען א בילד פון דער הײליקער מאמען). די 12 ױנגע אקאװצעם שטײען און קוקן זיך צו צו דעם שײנעם מײדל װי זי שטײט פארצלמט און זײ גיבן זי א נעם און זאגן צו איר: װײן נישט׳ איר זענט ערלעכע קריסטן. און זײ פארשװונדן. נאכהער איז ארײנגעקומען די באלעבאסטע מיטן באלעבאם און זי זעט װי דער בונקער איז פארלײגט מיט אזויפיל זאכן. זי צלמט זיך און זאגט : זע נאר׳ םטאך׳ װי גאט איז מיט זײ. זײ זענען נישט קײן פשוטע מענטשן׳ מלאכים היטן זײ׳ זײ װעלן זיכער איבערלעבן דאם שלעכטס. זי נעמט אלץ .אראפ פון דעקל און רופט אונדז ארויף. מיר זעגען ארויף און נישט געקענט אוים־ רעדן קײן װארט• די שרעק אויף אונדזערע פנימער אײ געװען נישט צו באשרײבן. מיר זענען געװען װײס װי די
װאנט׳ די םטאכאװע האט אונדז אלע געקושט און צוזאמען מיט אונדז געװיינט. צום סוף האט זי אונדז געזאגט׳ אז די ,אקאװצעס האבן פארן פארלאזן געזאגט׳ אז זײ זענען זיכער׳ אז די שארס געפיגען זיך דא.