Original scan
Original memorial-book scan 417
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-300

833 אלטע שאר — אין געראגגל פארן לעבן פון מיין משפחה 834 דערװעקט אויפמערקזאמקײט. פיל מאל האבן די דײטשן געפרעגט דעם באלעבאם פארװאם מען הערט פון צײט צו צײט א גערויש. דער באלעבאס האט געענטפערט׳ אז דארטן האלטן זײ דאס מילכיקם: קעז, פוטער׳ מילך און ער לאזט דארט ארײן א קאץ, עס זאלן זיך נישט מאכן קײן מײז.

passage_746e692383706e07b7a6f0f1
Passage 2normalized OCR · source chars 302-1270

אזוי זענען מיר געװעזן װי שטומע, אין שרעק, במשך זעקס חדשים. יעדער פון אונדז האט תמיד געהאלטן אין האנט א קישעלע זיך צו פארשטעקן דאם מויל, טאמער װעט ער דארפן געבן א הוסט. די לאגע איז געװען אזוי שרעקלעך׳ אז מיר האבן שוין אפילו נישט געפילט קײן הונגער. די שרעק איז געװעזן אן אויפהער. מיר זענען כמעט די גאנצע צײט געלעגן אין בונקער. די באלעבאטים האבן געװאלט װײזן פאר די שכנים און פאר די דײטשן, אז דאם צימערל איז נאר פאר זײער טאכטער און אז דארט איז קײנער נישטא, װײל מ׳האט זײ נאך דעמאלט אלץ חושד געװען אין באהאלטן ײדן. כדי דעם חשד צו דערװײטערן האט די באלעבאסטע אלץ ארויס־ גערוימט אויפן הויף פון צימער און זיך גענומען קאלעכן. דעם טאפ מיט דעם קאלעך האט זי אװעקגעשטעלט אויפן דעקל פון בונקער און װער עס איז דורכגעגאנגען האט זי ארײנגערופן און געפרעגט צי עם איז גוט געקאלכט. אזוי האבן .אלע שכנים זיך איבערצײגט מיט אײגענע אויגן, אז בײ קאשובא זענען קײן ײדן נישטא. אויך די דײטשן זענען געװעזן איבערצײגט, אז דאם צימערל איז לײדיק און קײנער געפינט זיך נישט דארט. אזוי זענען אדורך זעקם חדשים.

passage_7986dd923a2d08ee0fab32df
Passage 3normalized OCR · source chars 1272-1988

אין דער װאך פון ״װיגיליע״ זענען אנגעקומען פיל דײטשן מיט אויטאם. די אויטאם זעגען געװען אנגעלאדן מיט באקלײדונג פארן מיליטער. זײ האבן זיך גלײך אװעקגעשטעלט פאר אונדזער צימערל און אנגעהויבן צו קלאפן אין די טירן. מיר לויפן גלײך אין בונקער. דער גוי הויבט אן שרײען אויפן קול מיט פארשידענע םימנים, .אז מיר זאלן פארשטײן, װאס עס טוט זיך. ער עפנט אויף די טיר, מיר זיצן שוין אין בונקער אן שום באװעגונג. דער גוי שטעלט באלד ארויף עפעס אויפן דעקל פון בונקער און די דײטשן הויבן אן ארײנלײגן פיל פעק מיט מלבושים און אנדערע מיליטערישע זאכן• דאס גאגצע שטיבל װערט באלד פול געפאקט מיט דעם אלעם. מיר בלײבן אונטן אן שום האפענוגג. בײ דער טיר שטעלט זיך באלד אװעק א דײטש מיט א ביקס אויף שמירה : דאם צימער איז באשטימט פאר .א מיליטערישן מאגאזין.

passage_789c132f884535d19761cdcb
Passage 4normalized OCR · source chars 1990-3202

מיר זענען זיכער געװען : דאם איז אונדזער סוף ! די קאשובא האט זיך אבער אויך אין דעם מאמענט נישט פאר־ לוירן. זי האט געזוכט עצות װי אזוי אונדז צו ראטעװען. זי רעדט צו דער קאץ, צום הונט, מיר זאלן פארשטײן, אבער זי קאן דערװײל זיך גישט געבן קײן עצה. עם װערט נאכט. בײ קאשובאם שכנים זעגען אויך געװען דײטשן, װעלכע האבן זיך געמאכט .א באד אויף ױם־טוב, וױיל דאם איז געװען די נאכט פון קריסטום׳געבורט. אלע פון דארף זענען זיך אהערגעקומען װאשן און באדן. עם גײען פארבײ פיל דײטשן זיך באדן און זײ פרעגן דעם שומר בײם מאגאזין : יאםל קויפמאן מיט לײביש קויפמאנס טאכטער, רויזע, באלד נאך דעם באפרײאונג — 1945 פון א באהעלטעניש אין כמיעלניק גופא און דו װעםט זיך גישט באדן אויף ױם־טוב ? — איך מוז היטן דעם מאגאזין. ענטפערט דער זעלנער אויף דער װאך• — װען דו בעטםט דעם באלעבאם פון הויז, װאלט ער אביםל געהיטן און דו װאלםט זיך אביםל אויםגעבאדן לכבוד דעם גרויםן ױם־טוב. — האט עמיצער אים געראטן. אזוי װי דער באלעבאס האט זיך דא געדרײט, און געטראכט װי נעמט מען זײ ארוים פון בונקער, רופט אים צו דער דײטש און בעט אים׳ ער זאל דא .אביסל היטן, װײל ער װיל זיך באדן. דער באלעבאם האט זיך געשטעלט אויף דער װאך און דער דײטש איז דערװײל זיך אװעק באדן. די םטאכאװע האט אויםגענוצט דעם מאמענט. זי איז צו צום מויער מיט אן אײזערנעם דראנג און אויסגעהאקט א שטיק מויער.

passage_fe6035ff0eee39c94d27691d
Passage 5normalized OCR · source chars 3204-3989

— קריכט גיך ארוים פון דאגען אין שטאל ! מיר האבן נישט געקענט ארוים דורך דעם לאך, נאר זי מיט איר טאכטער האבן אונדז ארויםגעשלעפט פון דעם לאך בײ די קעפ. מיר האבן נישט געקענט גײן אויף די פיס, האט זי אונדז געשלעפט אויף די פלײצעס און ארײנגעטראגן אין שטאל ארײן. זי האט באלד דעם לאך פארקלעפט מיט לײם און פארשיט מיט זאמד און אװעקגעשטעלט א קאםטן אויף דעם פלאץ, אז מען זאל נישט דערקענען. װען דער דײטש איז צוריקגעקומען און באדאנקט דעם באלעבאם פאר דער טובד״ איז שוין אלץ געװעזן אין בעסטער ארדעגונג. די ערשטע נאכט האבן מיר געגעכטיקט אין שטאל. דאם איז אבער געװען געפערלעך. די צוױיטע נאכט, װען אלע דײטשן זענען געװען אין קאשטשיאל, זענען אריץ צו אונדז די באלעבאטים און געזאגט: — איר מוזט שוין מאכן א בונקער, װײל אויב נישט, זענען מיר אלע פארלוירן. זײ ברענגען באלד ארײן כלים און מיר הײבן אן צו גראבן. מיר

passage_7afe0d8c486621d3fc8afff2