835 סנקס כמיעלניק 836
גראבן אויס א בונקער אין דער שטאל׳ דער גוי באהאלט דאס זאמד אונטערן מיסט. עם דויערט נישט לאנג און דער בונקער איז פארטיק. װידער איז דא װו זיך צו באהאלטן. אויף דעם בונקער מאכט דער גוי א פלאץ פאר קאטשקעם. אזוי זענען מיר געװעזן אין שטאל — פון דער ״װיגיליע״ ביזן 13־טן יאנואר. די רוםן זענען געגאנגען פארויס און די דײטשן האבן ביםלעכוױיז אנגעהויבן אנטלויפן. מײן טאכטער שרהטשע איז געװעזן בײם קריסט. עם האט געהײםן, אז זי איז א פלימעניצע. מען האט זי גערופן מארישקא. מײן טאכטער איז יעדעם מאל ארײנגעקומען און דערצײלט, אז די דײטשן אנטלויפן, מען הערט שוין די רוסישע הארמאטן. דער גוי איז ארײנגעקומען און אונדז געזאגט, אז אויב עס װעט ברענען זאלן מיר .אנטלויפן, וױיל עם ברענען שוין פיל דערפער, מענטשן לויפן אויף אלע װעגן• די גאנצע פאמיליע פון אונדזער באלעבאס איז שוין געװעזן אין בונקער צוזאמען מיט מײן טאכטער, אבער אין אונדז האט ער נישט פארגעםן. די שטאל איז געװעזן פארשלאםן און ער האט אונדז געהיטן אויפן הויף. פלוצלינג איז אין הויף געפאלן א שראפנעל פון א הארמאט און עם האט אויפגעהויבן די גאנצע ערד. םטאך איז פארשיט געװארן. םטאכאװע איז געקומען צו לויפן און געשריגן: ״םטאך: םטאךד קײנער ענטפערט נישט. מיר האבן געמײנט אז ער איז שוין טויט• דערװײל איז ער צו זיך געקומען און אויםגעשריגן: ״איך לעבי איך לעב !״ ער לויפט גלײך ארײן צו אונדז און זאגט: ״דאס זענען די לעצטע מינוטן, זאלט איר װיםן, אויב עס װעט ברענען• זאלט איר ארוים, אויב נישט װעט איר פארברענט װערן״. װאם טוט מעןז מײנע קינדער זאגן׳ מען זאל גײן און איך זאג,
אז נישט. איך האב געמוזט בלײבן, װײל מײן קינד נחום האט נעבעך נישט געקענט גײן. זײנע פים זענען שוין געװעזן פארזעסן און קראנק. איך האב נישט געװאלט מײן קינד לאזן אלײן און די קינדער האבן געװײנט אז מען זאל גײן״ האב איך געזאגט : איר װעט זעען, אז די הילף װעט קומען צו אונדז דא ארײן• אט שטײען מיר און קוקן ארוים דורך פארשידענע שפארעם. מיר זעען פונדערװײטנם גײען ארוים פון װאלד צװײ מענטשן אין רוםישע מונדירן און זײ גײען־דורך דעם גארטן פון אונדזער באלעבאםטע. זײ קומען ארויף אויף דעם הויף. מײן טאכטער קומט שנעל צו לויפן און זאגט : ״די רוםן זענען דא!״ םטאך האט זײ מכבד געװעזן מיט האניק. זײ האבן געזוכט, צי עם זענען נישטא קײן פארשטעקטע דײטשן. צום סוף זענען זײ ארײנגעקומען אין שטאל. מיר זענען נעבעך געזעסן נישט טויט און נישט לעבעדיק. זײ פרעגן זיך אויף רוםיש: ״װאם איז דאםז״ איך האב זײ געענטפערט אויף רוםיש, װאס איך האב געדענקט און געזאגט, אז מיר זענען ײדן׳ װאם האבן זיך דא אויםבאהאלטן. די צװײ רוםן האבן זיך שטארק צעװײנט אויף אונדזער ביטערן גורל און האבן געזאגט : — איצט דארפט איר מער נישט מורא האבן. די דײטשן זענען שוין געגאנגען צום טײװל. זײ האבן עפעס ארויסגענומען און דערלאנגט די קינדער. די קינדער האבן זיך דערפרײט און האבן געזאגט : — די הילף איז געקומען דא ארײן, װי די מאמעשי האט געזאגט !