הלמו מ&פע / במיעלניקער אױ קעלצער ״האםאג״ (ראשון־לצױן)
מאנטי׳ד נײנאכט, א טאג פאר דער ערשטער כמיעלגיקער אױםזידלוגגס־אקציע, האג איך זיך טעלעפאניש פארבונדן מיטן נאטשאלניק פון דער באן־סטאציע פאן װיט׳ װעלכן איך האב געפרעגט צי איך קאן נאך אװעק מיט דער קאלײ־ קע. איך האב געװאלט זיך צובאקומען צו מײן פאטער אין מוטער װעלכע האבן זיך שוין געפונען אין ראקעװ. ער איז מיט אונדז געװעזן באפרײנדעט און ער האט מיך טאקע נישט אנטוישט. ער האט מיר באלד צװויסנגעגעבן, אז איך זאל נישט פארלירן קיין צײט און קומען, גלײכצייטיק האט ער מיר איבערגעגעבן, אז א גרופע ס.ס.־לײט מיט אוקראאינער, בערך 80 מאן, די פארניכטונגס־באנדע, איז ארויסגעפארן מיט דער קאלײקע פון יענדזשעיעװ און קומען אן קײן כמיעלניק דורכצופירן די אקציע. איך׳ מײן ברודער יחיאל און מײן שװעםטער לאה זענען באלד אװעק צו דער סטאציע, דארט האבן מיר געטראפן אברהם גוטמאן זיך אויסבאהאלטן. דער זײגער האט געקלינגען 12 בײנאכט און עם איז אנגעקומען די קאלײקע מיט א שטארקן פײף פון יענדזשעיעװ. באלד אין אויגנבליק זענען ארויס 2 דײטשן. זײ האבן מיך באפאלן, אלץ צוגענומען, װאם איך האב געהאט, מיר צוגעגעבן א פאר פעסטע קלעפ און זענען אװעק. איך האב דערװײל אויפגעזוכט מײן שװעסטער און ברודער װאס האבן זיך געהאט באהאלטן. געזוכט האב איך זיי פייפנדיק די מעלאדיע פון ״התקוה״ אלם סיגנאל. מיר זענען אלע ארײן אין א װאגאן װאם איז אװעק מיט דער קאלײקע קײן ראקעװ. אנקומענדיק קײן ראקעװ באלד פרי האב איך זיך גלײך פארבינדן מיט דער כמיעלגיקער פאםט בכדי געװויר צו װערן װאם עס איז געשען. דער פאםט־ טרעגער ראזשקאװםקי, האט מיר געענטפערט ? ״רעד נישט מער, װײל עס איז געפערלעך ד און ר׳האט פארמאכט דעם טעלעפאן.
צומארגנם מיטװאך פרי, מורא־האבנדיק פאר דער ראקעװער אויסזידלונג, האבן מיר באשלאסן צוריק אװעק קײז במיעלניק. אונזער גאנצע משפחה װי אויך אםתר ראזענבלזם מיט דער טאכטער, זזײם־פײװל זילבערבערג מיט די קינדער, האבן זיך געלאזט צופום דורך אוגטערװעגן קײן כמיעלניק. בלאנדזשענדיק האט אונדז געפרװוט א גוי ײייין דעם װעג, דערבײ האט ער אזגדז בארויבט און אגטלאפן. אזױ האבן מיר געװאנדערט מידע און דערשלאגענע ביז מיר זענען אנגעקומען אין טארטאק פון גנוינע. דארט האט אונדז אונדזער באקאנטער פאליאיק סאבאלא געברענגט עסן און דערגאך געהאלפן וױמנדיק אונדז דעם װעג. מיר זענען
דורך דעם װאלד. אונטער א בוים האבן מיר דערזען א דערמארדעטע און באראבירטע. דאס איז געװען פרוי װײנפעלד פון כמיעלניק. שפעט אין דער נאכט זענען מיר אנגעקומען קײן כמיעלניק. דא האבן מיר שוין געטראפן די לעצטע איבערגעבליבעגע כמיעלניקער ײדן, יװאס האבן זיך קאנצענטרירט אין דער פורמאנסקע־גאם געבן משה פאםטערנאקס הויז און צימל די בעקערינס הויז. מאניעק פאסטערנאק, דער קאמענדאנט פון דער יידישער פאליצײ האט אונדז לעגאל געמאכט און מיר האבן זיך דערוױיל געקאנט באװעגן אין דעם לעצטן געטא. מײן פאטער יאסל מאפע האט זיך געװאנדן צו מאניעק פאסטערנאק ער זאל אונדו געבז כלים בכדי קובר צו זײן די 105 קדושים, װאם זענען געפאלן איין שטאט א פאר טאג פריער בײ דער ערשטער אויסזידלונג. מײן פאטער האט די כלים באקומען און צוזאמען מיט ױנה גורגעל, מיכאל קויפמאן און נאך אנדערע ײדן געגאנגען אויפן בית הקברות און קובר־געװעזן די קדושים, פרויען באזונדער און מענער באזונדער. די ארבעט האט געדויערט עטלעכע טעג. מיט א שעפטשענדיקן ״קדיש״ און טרערן אין די אויגן איז די ארבעט פארענדיקט געװארן. אלע זענען געבראכט געװארן צו קבר־ישראל.
עטלעכע װאכן שפעטער, אין א געװיםן דאנערשטיק אין חודש נאװעמבער 1942, װען מיר זענען געזעסן מיט אונדזער פאטער בײם טיש אין א צימער אין הויז פון צימל די בעקערין, קומט אן פלוצלינג מיט א יאמערלעך געוױין ױגה גורגעל און זאגט ״די זשאנדארמעריע מיט הינט אין דער באגלײטונג פון דער פוילישער פאליצײ, האט ארומגע־ שטעלט דעם לעצטן קלײנעם געטאן״ איך מיט מיין ברודער יחיאל זענען שנעל ארוים און ארײנגעלאפן אין משה פאםטערנאקס הויז. מיר האבן שוין מער נישט געקאנט צוריק, וױיל עם האט זיך אנגעהויבן א גרויםע שיסערײ. מיר האבן זיך באהאלטן אין א קעלער און געװארט ביז שפעט בײנאכט, אזוי װי מיר זענען דאן ארויס, האט אונדז די ײדישע פאליצײ געכאפט, פעסט געהאלטן און פארשפארט אין א מאגאזין אין משה פאם־ טערנאקם פאבריק. דארט זענען אויך געװען עטלעכע געכאפטע יידן צוױשן זיי מאיר פלאכטע. פארטאגם, 5 א זײגער פרי, האבן בײ אונדז אנגעקלאפט לײבל םילמאן אמ יעקל מאשקאװיטש און געשריגן צו אינדז ? *ראטעװעט זיך, נעמט כלים ברעכט אויף און רײםט זיך ארויס, וױיל יעדן מאמענט קאגען זײ אנקומען און אײך דערשיםן !״ מיר האבן אויפגעהאקט דעם דאך און פון דארט ארוים.