Original scan
Original memorial-book scan 420
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-977

839 פנקם כמיעלניק 840 יעקל מאשקאװיטש האט אונדז באלד באהאלטן בײ זיר אין שטוב אין א בונקער אונטער דער פאדלאגע• אין דעם בונקער־קעלער האבן מיר געטראפן אברהם ױחנן שוחטם זון מיט זײן פרוי און קינדער. צומארגנם האט אויד יעקל געברענגט אונדזער שװעסטער לאה און אויך אונדזער שװעסטער חוה האט דער פורמאן װאיציק פון שישטשיץ געברענגט און מען האט זײ אײנגעארדנט בײ אונדז אין קעלער• עטלעכע טעג זענען מיר געװעזן בײ יעקל מאשקאװיטש אין קעלע״ בױ אין א זונטיק נאכמיטאג איז ער אנגעקומען מיט זײנע זין און אונדז צװויםנגעגעבן אז אלע ױנגע מענטשן װאם זענען באהאלטן קאנען זיך מעלדן צו ארבעט אין קעלצער האסאג. מיר זענען אלע מיט גרויס פרײד ארויס אין מארק. דארט האבן שױן געװארט דײטשן מיט א לאםט־אויטא און אונדז אלע גענומען קײן קעלץ אין ארבעטם־לאגער האסאג, װאס האט אויםגעארבעט אמוניציע. דארט האבן אויך געארבעט פאליאקן. דורך זײ האבן מיר זיך געקאנט פארבינדן אויםער דעם לאגער און דאם האט אינדז פיל געהאלפן. אין דעם לאגער זענען געװעזן ײדן פון קעלץ, כמיעלניק, םטאפניץ, םטאשעװ און אנדערע שטעט־ לעך אין קעלצער געגנט•

passage_c946d1c20c4e448b6f985280
Passage 2normalized OCR · source chars 979-1547

די ערשטע צײטן האבן די דײטשן דארט נישט געמאר־ דעט צוליב זייערע טעמים. איך מיט נאך עטלעכע כמיעל־ ניקער הברים האבן געארבעט אלם טרעגער, צװישן די זענען געװעזןנ שמואליק פרידמאן, אליעזר מילער, יעקב קאליש, יהושע מארטין, און אנדערע. די גרופע איז יעדן טאג געפאדן קײן כמיעלניק, גײשטאט, סטאפניץ, םטאשעװ, שידלעװ, לאדענען קארטאפל אויף אויטאס, װאס זענען געגאנגען אין דער קארטאפל־פאבריק פון לאגער. מיר האבן אויך געברענגט פארשידענע זאכן פארן לאגער. די ערשטע צײטן האבן דארט כמיעלניקער אײנגעארדנט א ״קוך״ פאר הונגעריקע אבער שפעטער איז געװארן װאם שװערער און מ׳האט נישט געקאנט דאם פארזעצן.

passage_fd3ca03696b04691615c7537
Passage 3normalized OCR · source chars 1549-2668

אין דעצעמבער 1942 האט מען אװעקגעשיקט א גרופע פון 10 מענטשן קײן כמיעלניק, צװישן זײ בין איך אויך געװעזן. מען האט זײ אײנגעארדנט בײ משה פאסטערנאק אין הויז און יעדן טאג האבן זײ געלאדנט קארטאפל פארן האםאג. אין כמיעלניק האבן מיר נאך געטראפן עטלעכע ײדן געבליבענע פון דער צװײטער אויםזידלונג. נישט װײט פון אונז האבן זיך געפונען אין א צימער כמיעלניקער מײדלעך װאם זענען געװען באשעפטיקט בײ פארשידענע ארבעטן בײ די זעלנער : אםתר גאלדשטײן, הינדע סילמאן, מאניע םילמאן, נחום װײסקול, שלמה קויפמאן, שװעםטער מענטליק און נאך. די זשאנדאר־ מעריע האט זיך דערװיםט אז אײגע פון זײ איז קראנק זענען זײ באלד אנגעקומען׳ זיך פארגעשטעלט אלם מכלומרשטע דאקטוירים צו געבן מעדיציגישע הילף, צװישן זײ איז אויך געװעזן דער פארברעכער, דער פאלקם־דײטש ארלאװסקי. זײ האבן שפאטיש געפרװוט װאס פרעגן און באלד געעפנט א שיםערײ און אלע דערמארדעט. מאניע םילמאן האט געפרװוט עפענען די טיר און אנטלויפן, איז זי אין דער טיר דערשאהן געװארן. דאם איז געװעזן אײנם פון די שרעקלעכםטע פאר־ ברעננם, װאס איך האב געזען מיט אײגענע אויגן. די גאנצע גרופע איז דערשיטערט געװארן. דער פאל האט פײנלעך אויף אלע געװירקט. מיט טרערן אין די אויגן זענען מיר צוריק אין קיעלצער האםאג אזן װײטער געארבעט.

passage_1267b23c8f5e5fa390e8cc80
Passage 4normalized OCR · source chars 2670-3757

כמיעלניקער האבן דא געארבעט אלם פאכלײט בײ פערשי־ דענע פאך־ארבעטן און אויך בײ אמוניציע־מאשינען. יעקל מאשקאװיטש האט געארבעט בײ סטאלערײ. ער איז געװעזן א װיכטיקער ארבעטער. דורך א צופאל איז ער אומגעקומען מיט זײן טאכטער. בעת א םעלעקציע, הגם מ׳האט בכלל נישט אים געמײנט, האט ער זיך אויסבאהאלטן אין א םטאלערײ מיט זײן טאכטער רײזל. א דײטש איז דארט ארײן און זײ דערשאםן. די העכערע רוצחים־מאכט האט זיך נאכהער געבײזערט פאר־ אין םעפטעמבער 1945 האב איך אויפן װעג פון קעלץ קײו לאדזש געטראפן צופעליק א ײד בײ װעלכן׳ כ׳בין געװאר־ געװארן, אז אין װלאשטשאװע בײ א גוי געפינט זיך א כמיעלניקער ײדיש מײדעלע, דאס אײניקל פון מלבושים־ הענדלער, ר׳ הערשל ראצע ז״ל. צוזאמען מיט די לעבנגעבליבענע קרובים פון דעם מײדל אין נײשטאט, האבן מיר געמאכט די גרעסטע אנשטרענגונגען׳ כדי ארויכצובאקומען דאם מײדעלע פון די הענט פון דעם קריס׳ט, װאס האט בשום־אופן נישט משכים־געװען גערנװיליק דאס קינד אפצוגעבן. ערשט אויף דער אינ־טערװענץ פון אלתר גרינבוים און אנדערע ײדן, װאס האבן דעמאלט געדינט אין ״או־בע״ איז אונדז געלוננען דאס קינד ארויסצובאקומען. ר׳ הערשל ראצעס אײניקל געפינט זיך הײנט־ צו־טאג אין אמעריקע. קלמן מאפע מיטן געראטעװעטן מײדעלע

passage_1abe44ef2f529a8986a4eb76