Original scan
Original memorial-book scan 436
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-768

871 פנקם כמיעלניק 872 א צױוילע און אדמיניסטראטױוע ארדענונג. איך האב באלד געמאלדן דעם שטאב װעגן באפרײען דעם לאגער און געבעטן מעדיצינישע הילף פאר די קראנקע. אויפן ארט האב איך אײנגעשטעלט א קאמיטעט׳ װעלכער האט באװאבט די מאגאזינען פון עסן און האט רעגלמעסיק פארטײלט שפײז. קורץ נאך דעם האב איך באקומען א באפעל צו פארלאזן דעם לאגער און פארזעצן דעם װעג ביז בערלין. דארט האט זיך אפגעשפילט דער לעצטער קאמף. די דײטשן האבן געעפגט א שטארק פײער, בערך דרײ קילאמעטער פון בערלין. מיר האבן צוזאמענגענומען אלע כוחות און אנגעהויבן שטארק באמבארדירן בערלין. אונדזער לוםט־פלאט האט גוט געארבעט. די דײטשע כוחות האבן זיך צוזאמענגעבראכן און מיר האבן ארײנמארשירט קײן בערלין אונטער א פײער פון הארמאטן. אונדזערע טאנקען זענען געגאנגען פארוים אויף די גאסן פון בערלין און ליקװידירט יעדן װידערשטאנד.

passage_91567ecd284f944f13c02cec
Passage 2normalized OCR · source chars 770-1455

אונדזער פראנט־ליניע איז געװעזן ביז צו דער עלבע. אויף דער עלבע האבן מיר געטראפן די אמעריקאנער סאלדאטן. דאם איז געװעזן דעם 5־טן מאי׳ 1945. אין די געגנטן ארום בערלין האבן נאך קלײנע גרופן פון דײטשן געפרװוט שטעלן א װידערשטאנד. זײ זענען אבער שנעל ליקװידירט געװארן. מיר זענען ארוים פון בערלין און צוריק־ געקומען אין דער געגנט פון לאגער. דארט זענען מיר שוין געװעזן א לענגערע צײט׳ ביז מיר האבן באקומען דעם באפעל צוריק קײן פוילן. אויפן װעג קײן פוילן האבן מיר שוין געטראפן פיל באפױיטע ײדן פון די לאגערם. צװישן זײ האב איך געזוכט מײנע טײערע ברידער און שװעםטער״ מײנע כמיעלניקער לאנדםלײט אבער קײנעם נישט געטראפן. אנקומענדיק קיץ פוילן האב איך באקומען א העכערן ראנג און א פרישע מיליטערישע אויםצײכענוגג.

passage_30dce26ef69fa339bbab659b