869 נחום מאלי — מיט דער פױלישער ארמײ פון ראװנע ביז בערלין 870 גענומען גײן אויף אזא שרעקלעכן װעג. איך בין צוריקגעקומען אין שטאב ,ארײן׳ װאם האט זיך געפונען בערך דרײ קילא־ מעטער פון פראנט׳ איבערגעגעבן די באשטעטיקונג פון קאמענדאנט פון דער טאגקן־אפטײלוגג און זיך אװעקגעלאזט אפרוען. באלד נאך מיטאג איז דער גאנצער פולק׳ לויט א םפעציעלן באפעל ארויס אויפן פעלד אויםגעשטעלט אין רײען׳ אויך אונדזער אפטײלונג. דעד פולקאװניק לײענט ארויכ מײן נאמען צוזאמען מיט נעמען פון אנדערע םאלדאטן. מיר שטעלן זיך אװעק פארן פולק, איך האב באקומען מײן ערשטע ראגגע אלם קאפראל און אויך די גרעםטע מיליטערישע אויסצײכענונג ״װירטיטי מיליטארי״. מיר זענען ארוים פון דעם פלאץ און גערירט אויף װארשע־ פראגע. מיר האבן װײטער געקעמפט און פארנומען די ״װעדעל־פאבריק״ און אויך אנדערע פלעצער אין פראגע. די דײטשן זענען נאך געװעזן אין װארשע און האבן באשאםן פראגע. דארט זענען געפאלן פיל פון מײנע בעסטע קאמף־ חברים׳ װאם איך האב מיט זײ דורכגעמאכט די שװערםטע צײטן. אין פראגע איז צו מיר געקומען מײן ברודערן־זון מאיר׳ װאם איז געשטאנען אין אן אפטײלונג נישט װײט פון מיר. פון פראגע זענען מיר ארוים קײן גאצלאװעק.
אין א צײט שפעטער בין איך מיט נאך צען מאן ארויס־ געשיקט געװארן אין אן אפיצירן־שולע אין כעלם. געלערנט בײטאג און בײנאכט און געענדיקט די שולע אין משך פון פינף חדשים׳ דאם האט געברויכט דויערן אין גארמאלע באדינגונגען צװײ יאר. איך האב די שולע געענדיקט נאך שװערע עקזאמענם׳ װאם איך האב זיך ביי אלע איםגעצײכנט. בײ דער ענדע האב איך באקומען די נאמינאציע אלם פאד־ פארוטשניק. איך בין צוריק אװעקגעשיקט געװארן אויפן פראנט׳ װאס איז שוין געװעזן בײם טייך ״אדער״. פארנדיק צום פולק בין איך אראפ אויף דער באן־סטאציע בידגאשטש. איך האב דארט באגעגנט דרײ ײדישע מײדלעך׳ אײנע פון זײ איז מיר באלד אנטקעגנגעגאנגען און מיך געפרעגט ״עמךי״ איך האב נישט געװוםט׳ אז דאס איז א ײדיש דערקענונגס־װארט פון נאכן קריג. איך האב מיט איר אגגעהויבן רעדן ײדיש און זי האט מיר דערצײלט װעגן טראגישן גורל פון פוילישן ײדנטום. איך האב איר איבער־ געגעבן די אדרעםן פון מײן ברודער און שװעםטער אין ארץ־ישראל און איר געבעטן זײ שרײבן׳ אז איך בין געגאנגען נקמה־נעמען פאר מײנע שװעסטער און ברידער.
אויפן פראנט האט מען מ־ר צוגעטײלט דרײ טאנקן׳ פאר װעלכע איך האב געדארפט זײן פאראנטװארטלעך. מײן אויפ־ גאבע איז געװעזן זיך דורכצורײםן מיט די טאנקן דורכן אדער. בײנאכט האט זיך אנגעהויבן דער קאמף׳ מיר זענען אריבער א בריק אויפן אדער׳ װאם איז באשאםן געװארן פון דײטשע קאנאנען. מיר האבן באלויכטן מיט שטארקע פראזשעקטארן דעם דייטשן פראנט׳ גלייכצייטיק געעפנט א געפערלעך פײער אויף זײ און דערבײ געלײגט א פאנטאן־ בריק. אונדזער פייער איז געוועזן פון ארטילעריע מיט דער הילף פון באמבארדיר־אעראפלאנען. אין מערץ 1945 זענען מיר אריבער דעם אדער מיט נאך פיל מיליטערישע אײנהײטן. יעדן טאג זענען מיר געגאנגען פארוים קײן בערלין׳ שטײענדיק אין קאנטאקט און באקומענדיק באפעלן פון א־נדזער שטאב. יעדן טאג האבן מיר זיך גערוקט פארוים בערך 40 קילאמעטער.
דורכגײענדיק דײטשע שטעט און דערפער האבן מיר אויםגעפירט אקציעם קעגן דײטשן. זײ זענען געװעזן איבער־ ראשט. מיר האבן בײ זײ געטראפן אלץ װי אין נארמאלע צײטן. אין יעדן דארף װו מיר זענען ארײן׳ האב איך באפוילן צו מאכן א רײניקונג. מיר האבן אויסגעפארשט צו װאס פארא אײנהײטן זײ האבן געהערט. נאצים און ם.ם.־לײט האבן אויפן ארט זײער אורטײל באקומען. נאכן אװעקשטעלן די אדמיניס־ טראטױוע ארדענונג זענען מיר אװעק װײטער. אזוי אין אלע דײטשע דערפער׳ װאם מיר האבן פארנומען. אומעטום האבן מיר נקמה־גענומען פאר די חרובע ײדישע שטעט אין פוילן. נישט לאנג זיך פארהאלטן און געגאנגען פארוים׳ ביז מיר זענען אנגעקומען 30 קילאמעטער הינטער בערלין. דארט האב איך באקומען א באפעל צו באפרײען א קאנצענטראציע־ לאגער. איך בין צוגעפארן מיטן טאנק צום לאגער און צװײ אנדערע טאנקן געשיקט אין דער צװײטער זײט פון לאגער׳ אנגעהויבן שטארק באשיםן דעם לאגער אין דער לופטן מיט הארמאטן און מאשין־געװער׳ כדי נישט שעדיקן די אינטער־ נירטע. צו מײן דיספאזיציע איז אויך געשטאנען פיעכאטע. נאך א קורצער באשיםונג פון לאגער בין איך צו צום טויער׳ אים מיטן טאנק דורכגעבראכן און אלץ טיפער ארײן אין הויף. די דײטשן און ס.ס.־לײט האבן אנגעהויבן אנטלויפן אין גרויס בהלה. די אינטערנירטע זענען געװעזן פארמאכט אויף שלעםער. איך האב געגעבן א באפעל אויפצוהאקן די שלעסער׳ באפרײען די ארעםטאנטן און גלײכצײטיק צענויפ־ זאמלען אלע דײטשן׳ ברענגען זײ אויפן פלאץ. די ארעסטירטע און אינטערנירטע האבן זיך געװארפן אויפן טאנק און אים געקושט. אין לאגער האבן זיך געפונען מענטשן פון פאר־ שידענע פעלקער׳ צוזאמען מיט ײדן. די ארעםטאנטן צוזאמען מיט מײנע םאלדאטן האבן צונויפגעשלעפט אלע דײטשן און ס.ם.־לײט אויף אײן פלאץ. די שמחה פון די קאצעטלער איז געװען נישט צומ באשרײבן.
איך בין געשטאנען אויפן פלאץ און מיט א הויכער׳ ציטערנדיקער שטימע געפרעגט : ״װאם זאל איך טון מיט די מערדערם ?״ אלע האבן אויםגעשריגן מיט געװײן און היסטע־ רישע געשרײען : ״טױטן זיי .׳״. זייער װילן איז אויםגעפירט געװארן אויפן ארט. מײנע םאלדאטן האבן אלץ אויסגעפירט לויטן באפעל און צענדליקער דײטשן זענען געלעגן פאר אלעמענם אויגן טויטע פון אונדזערע קוילן. נאך דעם האב איך זיך געװאנדן צו די ארעםטירטע : דערװײל נישט פאר־ לאזן דעם לאגער׳ װייל אין דער געגנט געפינען זיך נאך באװאפנטע דײטשן און לויערן אויף קרבנות. איך האב זײ געבעטן װארטן׳ ביז די ארמײ װעט אנקומען און אײגשטעלן