Original scan
Original memorial-book scan 434
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1201

867 פ נ ק ם כ מ י ע ל נ י ק 868 און מיר געמאלדן, אז בערך 40 מעטער פאר מיר׳ צום דארף צו, זענען פארשטעקט אויף א בוים עטלעכע דײטשע םנײפערם (גוטע צילערם). כ׳האב געקוקט אויפן בוים און גארנישט באמערקט. צוליב מער זיכערקײט האב איך אויסגעשאסן מיט מײן אויטאמאטישע ביקס א סעריע קוילן צום בוים און באלד האב איך באמערקט אז עס פאלט א מענטש פון בוים. איך האב תיכף פארשטארקט דאס פײער אויפן בוים און באלד איז גאך אײנער געפאלן. אין א האלבער שעה ארום בערך זענען אונדזערע טאנקען געגאנגען אויפן דארף. די דײטשן האבן זיך אגעהויבן צוריקציען און דערנענטערן זיך צו אונדז. איך האב געװארט, זײ זאלן זיך װאם מער דערנענטערן און דאן אויף זײ געעפנט .א שטארק פײער. גאך יעדער סעריע קוילן האב איך אויסגערופן: ״פאר מײן מאמען, פאר מײנע נחום מאלי אלס אפיציר אין דער קאשטשושקא־דיװיזיע ברידער, פאר מײנע שװעםטער און פארן ײדישן פאלקו״. יאמערלעכע געשרײען פון די דײטשן האבן זיך געהערט פון אלע זײטן. איך האב געזען װי די רוצחים פאלן פון מײגע קוילן. איך האב באקומען א באפעל צו פארנעמען דאס דארף. איך בין געגאנגען פארויס. אויפן פעלד האב איך אנגעטראפן אויף פיל געהרגעטע און שװער־פארװונדעטע דײטשן. ארײגקומענדיק אין דארף איז אײנער פון אונדז שװער פאר־ װונדעט געװארן. מיר האבן אים געגעבן די ערשטע הילף און אים איבערגעגעבן צו דער ערשטער הילפס־סטאציע.

passage_b7b5438fbb5c4318eddec273
Passage 2normalized OCR · source chars 1203-2024

איך בין געװעזן זײער אויםגעמאטערט נאך 6 טעג גישט עםן און נישט שלאפן• מיר זענען געגאנגען פארוים אין דארף און אנגעטראפן אויף פיל געהרגעטע. פלוצלינג האב איך באמערקט, אז אין קוימען פון א הויז זיצט א דײטשער םנײפער און באשיםט אונדזערע סאלדאטן. איך האב זיך אונטערגעגנבעט, ער זאל מיך נישט באמערקן׳ דערלאנגט אים א סעריע קוילן און אים דערשאסן. אין אװנט, זיצנדיק מיט א םאלדאט פון מײן גרופע, האב איך באמערקט, אז דײטשן גײען אין א שורה מיט אויטאמאטן און גרײפן אן אין אונדזער ריכטונג. מיר האבן זײ צוגעלאזן זײער נאענט א־ן דאן װי פון דער ערד ארויס, באשיט זײ מיט פײער, װאם האט זײ אלע פארניכטעט. אזוי האבן מיר במשך פון דער גאכט אפגעשטויםן אזעלכע אכט אנגריפן. אלע האבן זיך פארענדיקט מיט שטארקע פארלוסטן פאר די דײטשן. דאס דארף און דאם נעבן־פעלד זענען געװעזן באדעקט מיט דײטשע פגרים. אין דער פרי זענען געקומען אנדערע דרײ םאלדאטן אונדז אויסבײטן.

passage_a9bf9e6f599f7b610b02b0df
Passage 3normalized OCR · source chars 2026-3016

אנקומענדיק אין דער אפטײלונג האב איך באקומען נײעם באפעל: נעמען נאך פיר סאלדאטן, ארויסלאזן זיך אין דער ריכטונג פון פראנט און ברענגען א לעבעדיקן דײטש אין שטאב ארײן. דאס איז געװעזן זײער א שװערע אויפגאבע. מיר האבן זיך דערנענטערט צו די אקאפעם פון די דײטשן מיט גראנאטן אין די הענט און מיט אויטאמאטן. איך האב אנגעהויבן אנגרײפן די אקאפעס, די דײטשן האבן געעפנט א פײער. מיר האבן זיך נישט דערשראקן און װײטער פארגעזעצט דעם אנגריף. מיר זענען ארײן אין דער אקאפע, אײנער פון אונדז איז געפאלן, א צװײטער איז ראנירט געװארן. פלוצלינג האבן מיר באמערקט אן אנטלויפנדיקן דײטש. מיר האבן אים געכאפט .און פארבונדן מיט שטריק, פארפאקט אים דאם מויל מיט שמאטעס. איך מיט נאך אײן סאלדאט האבן געשלעפט דעם דײטש אין דער ריכטונג פון אונדזער אפטײלונג. אויפן װעג האבן מיר געטראפן אונדזערס • א ראנירטן סאלדאט. מיר האבן אים געגעבן די ערשטע הילף און געלאזן אונטער א בוים. צוקומענדיק צו א װאלד האב איך דעם דײטש אויםגעבונדן און באפוילן לויפן פארויס, האלטנדיק גרײט דאס געװער. אזוי בין איך מיט אים אנגעקומען אין שטאב און אים איבערגעגעבן.

passage_6b2d84373936b933bcf7a157
Passage 4normalized OCR · source chars 3018-3882

באלד צומארגנם האב איך באקומען א באפעל זיך דורכצו־ רײסן און צוצוקומען צו אונדזערם א טאנק־אפטײלונג, װעלכע האט זיך געפונען נאענט פון די דײטשע ליניעם. דער צוגאנג איז געװעזן .א געפערלעכער, װײל ארום האבן זיך געפונען דײטשע סנײפערס, װעלכע האבן כסדר געשאסן. פון שטאב האב איך באקומען א געשריבעגעם און פארמאכטן באפעל צו יענער אפטײלונג. איך האב זיך געלאזט אין װעג ארײן איבער א װאלד. גרויס שרעק האט מיך באהערשט, איך האב אבער באשלאסן פאר יעדן פרײז אנצוקומען. טראץ דעם, װאס יעדע מינוט האב איך געקאנט ארײנפאלן אין דײטשע העגט. איך בין אבער בשלום אנגעקומען צו דער טאנק־ אפטײלונג. אנקומענדיק האב איך דעם באפעל באלד איבער־ געגעבן צום קאמענדאנט און באקומען אן אונטערשריפט אלם באשטעטיקונג. גײענדיק צוריק האב איך באמערקט א סאלדאט פון מײן אפטײלונג הינטער מיר. ער האט מיר געקלאםט אויף דער פלײצע, און געזאגט, אז ער איז די גאנצע צײט געגאנגען נאך מיר, און זיך שטארק געװוגדערט, װאס איך האב זיך

passage_a2d4946035ed4bb595d5604c