Original scan
Original memorial-book scan 433
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-457

865 נחום מאלי — מיט דער פוילישער ארמײ פון ראװנע במ בערלץ 866 און אויד במשך דעם גאנצן װעג האבן די אײנוװינער איבער• געגעבן װעגן די שוידערלעכע רציחות פון די דײטשן איבער דער ײדישער באפעלקערונג. בײ ראװנע האט זיד מײן אפטײלונג אפגעשטעלט. לויט א באפעל בין איד געפארן קײן ראװנע ברענגען דיקטן און ביר פארן מיליטער. ארײנקומענדיק אין דער ראװנער ביר־פאבריק האבן מיך די פוילישע ארבעטערינס ארומגערינגלט אץ זיך זײער דערפרײט, װאס זײ האבן דערזען דעם ערשטן פוילישן םאלדאט.

passage_adeaf1243b638cf1393503f0
Passage 2normalized OCR · source chars 459-2023

פון ראװנע האבן מיר פארגעזעצט דעם װעג קײן װארשע־ פראגע. מיר האבן געדארפט דורכגײן די װײםל הינטער װארשע בײ דעם טײך פיליצא. די דײטשן האבן זיך נאך געפונען אין פראגע. אויך מאדלין איז געװעזן אין די דײטשע הענט. דער באפעל איז געװען אריבערצורײםן זיך צו דער װײסל צװישן װארקע און פיליצע אין דארף םטודזשיאנקי, פארנעמען דעם פלאץ און אים האלטן. קײן בריק איז נישט ,געװעזן און די דײטשן האבן נאך באמבארדירט און באשאםן בײדע זײטן וױיםל. עס איז פארגעקומען א שװערער קאמף. זײער פיל טויטע זענען געפאלן אויף אונדזער זײט. צװײ טאנקן אונדזערע זענען אריבער דאס װאםער, אריץ אין א װאלד און אנגעהויבן באשיסן די דײטשע ארטילעריע. מען האט באלד אריבערגעלײגט איבערן װאםער .א פראװיזארישע בארזשע׳ צונויפגעפלאכטן פון ברעטער און צו װעלכער מען האט צוגעבונדן צוױי מאטאר־שיפלעך. די בארזשעם זענען געװען צוגעבונדן צום ברעג און אויף איר זענען ארויף צװײ טאנקן, 34־ט. איך מיט נאך 13 םאלדאטן זענען ארויף אויף דער בארזשע, און די מאטאר־שיפלעך האבן אונדז אריבער־ געפירט אויף יענער זײט װײםל אונטער א גרוים פײער פון מאשין־געװער און באמבעם, װאם זענען געפאלן לעבן אונדז. אפלויפנדיק א פאר מעטער, האבן מיר זיך אײנגעגויאבן אין דער ערד. אויף דער פאנטאן־שיף האט מען אריבער־ געפירט א ״קאטױשא״. מיר זענען געלעגן אין אונדזערע פאזיציעס גרײט. פלוצלינג האבן מיר געזען װי א קאטױשא פארט צוריק צו דער װײםל. מיר האבן זיך דערשראקן, מײנענדיק אז דער דײטש גרײפט אונדז אן. גישט קענענדיק שװימען, האב איך געטראכט! איצט איז געקומען דער מאמענט זיך צו טרעפן פנים אל פנים מיטן דײטשן מערדער, מיטן מערדער פון מײן פאלק. דאם האט מיר צוגעגעבן מוט. װארטנדיק אזוי אין דער אקאפע האט זיך צוריק באװיזן די קאטױשא. די זעלנער האבן צו אונדז גערופן מיר זאלן נישט

passage_7021b771b6e555d8f44cc1bb
Passage 3normalized OCR · source chars 2024-2550

האבן קײן מורא. מיר זענען שוין געװעזן רואיקער, מיר האבן אונדזער בליק געװארפן צום דײטשן פראנט און געזען װי א שטח בערך פון א קילאמעטער איז באדעקט מיט שװארצן רויך און פלאמען און עם ברענט דער דײטשער פראנט. עם איז געקומען דער באפעל צו גײן פארוים. אונדזערע טאנקן האבן זיך געלאזט אין װעג. די דײטשן האבן אויף אונדז געעפנט א פײער, מיר האבן געענטפערט, גלײכצײטיק אריץ אין די װעלדער און לאנגזאם, אײנציקװײז געגאנגען פארוים נאך די טאנקן. מיר זענען אנגעקומען אין א װאלד, אין װעלכן מיר האבן פארנומען פאזיציעם. דער דײטש איז שוין געװעזן נאענט.

passage_e4ad0e339ef6d107c2cb0b55
Passage 4normalized OCR · source chars 2552-4167

מיר זײנער געװען מיד און הונגעריק. די דײטשן האבן געעפנט אויף אונדז א שטארק פײער פון מינענװארפערם. אײנער פון אונדז איז געפאלן, א צוױיטער איז שװער ראנירט געװארן. חברה האט אנגעהויבן לויפן צוריק, אויך דער אפיציר האט באפוילן זיך צוריקציען. איך בין געבליבן אײנער אלײן אין דער אקאפע מיט מײן אויטאמאטישע בי;כ, מיטן פינגער אויפן צינגל, גרײט מקבל פנים צו זײן די רוצחים. אויך די גראנאטן זענען בײ מיר געװעזן גרײט. פלוצלינג איז געװארן שטיל. עם האט אנגעהויבן צו רעגענען. איך האב זיך ארומגעקוקט און געזען, אז אלע אקאפעם זענען לײדיק. איך בין ארוים צוריק אויפן װעג, מיט װעלכן איך בין געקומען. איך האב באלד באמערקט אונדזערם א טאנק. באלד האבן די דײטשן אנגעהויבן שװער אים צו באשיםן, און די געגנט האט אנגעהויבן ברענען. איך בין בליץ־שנעל .ארײן אין אן אקאפע, דארט ארויף אויף א םאלדאט. יענער האט געשריגן ״מאטקא באסקא׳/ מײנענדיק, אז איך בין א דײטש. איך האב אים בארואיקט און געזאגט װער איך בין. װען די שיםערײ האט אויפגעהערט, בין איך ארײן אין א צװײטער אקאפע, דארט געלעגן א גאנצע נאכט• דער רעגן האט מיך פולקאם דורכגענעצט. באלד אין דער פרי בין איך ארוים און צו צום טאנק, זיך געפרעגט אויף מײן אפטײלונג. קײנער האט נישט געװוםט מיר צו געבן אן ענטפער. אן אפיציר פון א צװײטן טאנק האט מיך גענומען צו זיך. נאך דרײ טעג האב איך באמערקט א םאלדאט פון מיץ אפטײלונג. ער האט זיך דערשראקן, וױיל אלע האבן געמײנט אז איך בין טויט. ער האט מיר איבערגעגעבן, אז מײן אפטײלונג געפינט זיך דרײ קילאמעטער פון דאנעט. אין דער זעלבער נאכט איז געקומען א םאלדאט פון מײן אפטײלונג און איך בין אנגעקומען צוריק צו מײן אפטײלונג. מײן אפיציר האט מיך באפרײט אויף א קורצער צײט, כדי איך זאל זיך ארומװאשן, אפראזירן. גלײך נאך דעם האב איך זיך געשטעלט לויטן באפעל צום אפיציר. מיר האבן באקומען

passage_5ebdfb5554f17ef92270f1a0
Passage 5normalized OCR · source chars 4168-4802

א באפעל מיט נאך זיבן סאלדאטן אױםצופירן א םפעציעלע אקציע הינטערן פראנט פון שונא. מיר זענען געגאנגען א גאנצע נאכט מיט געלאדן געװער און גאנץ פרי זענען מיר אנגעקומען צו די ערשטע ליניעם פון דײטשן מיליטער. מיר זענען ארײן אין א פעלד פון קארטאפל. פאר אונדז זענען געשטאנען בינטלעך אפגע־ שניטענע תבואה. מיר האבן זיך צעטײלט, אפגערוקט אײנער פון צװײטן בערך 50 —ססז מעטער, מיטן פנים צום דארף, גרײט מיטן געװער. ארום נײן פרי האבן מיר באמערקט, אז אונדזערע טאנקן גרײפן אן דאם דארף. עם איז געעפנט געװארן א שיםערײ פון דארף און אויפן דארף. די טאנקן זענען געבליבן שטײן. מיר זענען געװעזן גרײט אויפצונעמען דעם קאמף. פלוצלינג האט זיך צו מיר צוגערוקט א םאלדאט

passage_7e3ef060b7f2b6843ba8166b